רבי יונה'לע און טאטלע;
יעדעס ווארט איז גענצליך איבריג, די סאטמאר'ע קהלה אין מאנסי איז שטאלץ מיט די דברי שבח וואס דער צד שכנגד מוז בע"כ ארויסשרייבן, אז אף על פי וואס "סאטמאר" האט רעכט צו פארלאנגן וואס עס קומט פאר זיי, האבן זיי געמאכט כלשונם הזהב: שבת פאר זיך! זיך אליין געבויעט, אליין געשוויצט, און אליין אויפגעשטעלט דעם הערליכן בית תורה ותפלה, די קהלה מיטן סאטמאר'ן רב פון מאנסי שליט"א ארבעטן אך ורק "נאר" להרמת קרן התורה דא אינעם שיינעם שטעטל מאנסי, און מיט'ן כח פון רבי'ן זאל זיין געזונט און שטארק האט מען מיט סייעתא דשמיא באוויזן וואס מ'קען.
האט "קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי" געהייסן אז מ'מוז אויפהערן באצאלן פאר זייערע שול'ן? מ'האט געזאגט אז ווער ס'וויל האבן זיין מקום מנוחה בבית החיים דקהלתינו, דארף אויך זיין א מעמבער דארט. מ'קען באצאלן אויך פאר זייער קהלה, און אויך פאר די הייליגע מוסדות חסד לאברהם, און אויך שיקן א טשעק צו קרן הצלה! מיטן בית החיים האט עס נישט קיין שייכות.
און טאקע פארוואס זאל מען נישט אויסהאלטן די שיעורי תורה וואס קומען פאר אין אונזערע בתי מדרשים וואס אידן פון דארט קומען אריבער דא הערן?? אונזערע הרבצת תורה איז דען עפעס אומזינסט?
אויב האט מען א טענה בנוגע דעם בית החיים, קען מען גיין צו דין תורה! [שוין אמאל געטראכט דערפון?], אדער קען מען שיקן אזעלכע שיינע בריוו'ן וואס זאל הייבן די אויגן ברעמען פון יעדעם..
נ.ב. ביים דעם געלעגנהייט וויל איך מיך באדאנקן פאר'ן שיינעם פשעטל, אז היות בהילו נרו על ראשינו, ביים דברי יואל ווען ס'איז נאך כלל נישט געווען א בית החיים האט מען אויך באצאלט מעמבערשיפ איז דאס א ראי' חותכות אז מ'דארף צאלן פאר מאנסי אפי' מ'האט נישט קיין קרקע.. איך מוז אייך זאגן, ס'האט זייער שיין אויסגענומען ביי מיר.
 |
|
|