די לוי' איז ארויסגעגאנגען פון גרויסען סאטמארער ביהמ"ד און וויליאמסבורג (הופער) ווי עס האט קודם מספיד געווען דער רב שליט"א און נאכדעם אבד"ק ישראל והזמנים שליט"א, און נאכדעם האבען גערעדט הרב דוד דוב מייזליש זיין מגי"ש, הרב יודא בער טעלער מנהל הת"ת, די פעטער'ס מו"ה שלמה גאלדענבערג הי"ו, ומו"ה משה חיים שרייבער הי"ו, צום לעצט האט זיך געזעגנט זיין טייערער פאטער מו"ה יחזקאל גאלדענבערג הי"ו.
ווי ער האט מקבל געווען באהבה גזרת השי"ת.
אלע מספידים האבען ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה פון אזא יונגער בוים וואס עס איז אזוי פריצייטיג אוועקגעריסען געווארען, און די חשובע מידות פונעם חשובען בחור'ל וואס ער האט אלעס צוגעזען ביי זיינע חשובע עלטערן וואס האבען זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר אים און נישט געשוינט קיין געלט און כח פאר זיין הצלחה, ספעציעל לעצטענס איז דער טאטע ארומגעפארען צו אלע קברי צדיקים, אויך איז ער זיך געגאנגען ווינטשען ביי אלע ערליכע אידן איינצורייסען אז די אפעראציע זאל דורך גיין בשלום.
פאריגע וואך שבת האט נאך דער פאטער מו"ה יחזקאל הי"ו געקויפט אן עליה שבת צופרי פארן בחור'ל ישראל אהרן ע"ה אינעם סאמבורער ביהמ"ד בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר רבי אהרן זאב מאליק מסאמבור שליט"א ווי דער פאטער מיטען בחור האבען געדאווענט די לעצטערע צייטען זינט זיי האבען זיך לעצטענס אריבערגעצויגען און א נייע דירה און יענע געגענט.
די וואך מיטוואך איז ער אריבער די אפעראציע אויפן הארץ ווי עס האט אויסגעקוקט ווי א סוקסעס פרייטאג צונאכטס איז נאך דער פאטער געקומען דאווענען און ביהמ"ד ווי געהעריג, סמוך לבו ובטוח אז די אפעראציע איז דורך געגאנגען מיט הצלחה.
אבער ליידער ליידער בערך דריי אזייגער שבת פארטאגס האט זיך דער מצב אינגאנצען געטוישט און פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט . האט ער נעבעך צוריק געגעבן זיין נשמה פארן בורא עולם.