בית פורומים כל העולם כולו

די אוממענטשליכקייט פון חופות אויף פארנומענע גאסן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2008 20:24 לינק ישיר 
די אוממענטשליכקייט פון חופות אויף פארנומענע גאסן

רבנישע שמחות איז ברוך השם דא אין גרויסן. ווער עס האלט מיט אביסל אויף 'קול מבשר' וועט הערן ממש יעדן איינציגן טאג האבן זיי הוק-אפס פון שמחות ביי די סארט אידן. פארשטייט זיך אז ביי זיי מוז עס געפראוועט ווערן ספעציעל און מען מוז דאס ארויסברענגען מיט די שענסטע קאלירן אז אלע אויף דער וועלט זאלן זיך מיטפרייען מיט די גרויסע פרייד וואס הערשט ווען די הייליגע זיידעס קומען אראפ פון עולם העליון זיך מיטפרייען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך.

פארט טוט עס קיינעם נישט שטערן אז עס איז דא שמחות ביי זיי, און זאל טאקע זייער שמחה זיין בשלימות און זאל זיך בויען אידישע און ערליכע דורות לתפארת בית ישראל.

ווען עס קומט אבער די גאר גרויסע און אויסטערליש-הייליגע חתונות פון די געהויבענע בני עלי' וואס פאר זיי איז די געווענליכע רבי'שע טראסק ווייט נישט גענוג און זיי מוזן זיך אויסצירן א חופה כדת וכדין וואס זאלן מאכן די גאנצע וועלט (זייער אינערליכע וועלט...) רעדן דערפון אז עס איז געווען אזאנס וואס מען האט שוין לאנג נישט בייגעוואוינט.

וועם שטערט דאס דען?

קיינעם נישט!

ווילאנג דו מאכסט עס אויפן טראטואר ווי בלויז דורכגייער ווערן מעגליך געשטערט און זיי האבן גענוג גרינגע וועגן דאס אויסצומיידן, אבער ווען מען שפארט אפ גאסן און כל שכן וקל וחומר פארנומענע גאסן איז שוין א געפערליכע און שרייעדיגע עוולה וואס מאכט אן געפערליכע קאפ ווייטאג און רויבט צו פיל טייערע מינוטן און שעות פון אומשולדיגע מענטשן וואס האבן נישט דווקא קיין שייכות צו דער קהילה וואס האט זיך אנגעריקט אז פונקט אינמיטן די רוישיגסטע גאסן מוז מען שטעלן די חופה.

בלייבט מיר איבער צו וואונטשן צוויי זאכן. איינס, אז עס זאל זיך אראפלאזן אזא גאָס בשעת די חופה וואס זאל אביסל אראפנעמען די חרון אף פון די גזילה און אוממענטשליכקייט, און צוויי אז זיי זאלן האבן א זיס און געשמאקן לעבן ווי עס וואונטשט כל הקהל הקודש.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2008 20:50 לינק ישיר 

א דאנק פארן קאמפלימענט.

איך וואלט יא געוואלט וויסן מיט וואס איר זענט נישט מסכים. איך האב גראדע געזוכט א לימוד זכות אויף די בנש"ק'לעך, אבער דער איינציגער און מסתם ריכטיגער סיבה פארוואס מען מוז אפשפארן דווקא די פארנומענסטע גאסן איז ווייל זיי שפורן אז זיי זענען באלעבאס אויף די וועלט און אויב עס איז אמת, זענען זיי טאקע גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2008 01:30 לינק ישיר 

כאטש איך בין נישט מסכים מיט יעדן איינציגן ווארט, איז עס אבער זייער גוט געשריבן.

יפה כתבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די אוממענטשליכקייט פון חופות אויף פארנומענע גאסן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext