געטראפן מערת קבורה אונטער מערת הרשב"י
אינמיטן פון די גראבונגען וואס קומט פאר די לעצטע שטיק צייט נעבן מערת הרשב"י דורך די רעגירונג'ס געשטעלטע קאמיטע, מיטן כלומרשטן ציל פון פארבעסערן די באדינגונגען פאר די באזוכער, האט מען היינט געטראפן א מערה וואס איז בלי ספק א מערת קבורה פון טויזנטער יארן צוריק, מעגליך אפילו פון רשב"י אדער בני דורו זעלבסט!
יעצט איז מען זייער באזארגט איבער די בייזוויליגע פלענער וואס קען ארויסקומען פון די קאמיטע, און איר פארזיצער 'הרב' שמואל ראבינאוויטש, וועמענ'ס איינציגער ציל איז צו דינען די רעגירונג'ס ציל אין פארוואנדלען די אתרא קדישא אין אן אומווערדיג פארוויילונג'ס ארט. און אלעס וואס שטייט זיי אין וועג וועט מוזן אוועקגעבלאזן ווערן.
|
|