בית פורומים כל העולם כולו

וואס גייט פאר מיטן "גוט מארגן"???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2008 19:35 לינק ישיר 
וואס גייט פאר מיטן "גוט מארגן"???

ס'קוקט אויס ווי ער האט גע'עפענט די אויסגאבע צי זיין קאמפאטישאן מיט די ONION .... (עהה, ער מאכט פשוט טעותים)

יעדען טאג שווערע טעותים, איבערהויפט ביי די אלטערנעט סייד פארקינג!

לדוגמא: פרייטאג איז עס נישט געוועהן אין קראפט, שבת יא, גוט מארגען זאגט פארקערט.
היינט (מאנטאג) איז עס נישט אין קראפט, גוט מארגען זאגט אז יא.






תוקן על ידי פראסקעס ב- 22/12/2008 19:31:08

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/12/2008 23:07:47




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2008 23:49 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין פון טעותים, גיט א קוק און שמייכלט!

  http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=3&t=6356&start=0&st=0&sk=t&sd=a&rb_v=viewtopic




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2008 04:56 לינק ישיר 

"גוט מארגען" חזק, חזק, חזק.
מען גיבט א קוק אויף די גיטע זייט פון די אויסגאבע, א געשמאק צו ליינען.
[געניג מאהל וואס אנדערע האבן אויך געדארפט צוקימען צו שרייבן "תיקון טעות"...]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2008 04:56 לינק ישיר 

דער "גוט מארגן" מאכט זייער א פיינע ארבייט
ער מאכט טעותים
און מען לערנט זיך פון מיטעקס

א פאלטשן שידוך האט ער ב"ה נאכנישט אריינגעלייגט אבער דער דבר יום ביומו האט אין אנהייב יא אריינגעלייגט נישט פון פאראויס באשטעטיגטע שידוכים וואס ער האט זיך אפ געבריהט און ער גוט שיין אכטונג דערויף

ביי דע וועי אינטערעסאנט קיינער ברענגט נישט אז דער גוט שבת האט געשריבן א ראש חודש טבת איז נאר שבת פ' מקץ

ווען אין אמתן איז ראש חודש שבת פ' מקץ און זונטאג ויגש




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/12/2008 04:38 לינק ישיר 

יא איך זע אויך כסדר טעותים אויפן גוט מארגען, ווי למשל א זכר ביי א קידוש, און א קידוש ביי די זכרים סעקשאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2008 01:15 לינק ישיר 

ראביי פראסקעס, כ'בעיט דיך איבער, כ'האב דיך טאקע שלעכט פארשטאנאן, ס'האט אויסגעקוקט ווי דו מיינסט עפעס, און ווי באקאנט איז דאס די סדר פון די דבר יום ביומו, ער פראבירט אינטערצורייסן ווער ס'שטייט עם אין וועג.

אבער דאס נעמט נישט אוועק די אנדערע זאכן וואס כ'האב געשריבן,  ער איז א קריטיש וויכטיגע אויסגאבע, כדי צו ברעכן דעם קאמעניסטישען דבר יום ביומו, ווילאנג מ'קען נאך, און ב"ה, ער מאכט א גוט'ן דזשאב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2008 23:11 לינק ישיר 

אנטשולדיגט! איך בין פשוט געווען נערוועז היינט אינדערפרי זזעהנדיג דעם צעטל האב איך מיר געפלאגט פאר פארקינג, שפעטער זאגט מיר מיין חבר אז עס איז היינט די פארקינג סוספענדעט,

אדמירל, האסט מיר באגאסן מיט לויזע הענט, איך בין נישט דא צו האקן, סארי,

איך וויל בעטן די מנהלים, אויב קען מען אראפ נעמען דעם אשכול, שכח!


איך וויל נישט עס זאל ווערן א אישו, חזק ואמץ!!! גיי אן מר. גוט מארגן!



תוקן על ידי פראסקעס ב- 22/12/2008 23:13:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2008 23:06 לינק ישיר 

 

ענק האבען מיר שלעכט פארשטאנען.

מודה אני ער מאכט א זייער שיינער ארבייט, ערענסטע אינגערמאן, שיינע לעי-אויט, ועל כולם ברענגט ער אינטער די קאמוניסטישע דבר יום ביומו וכו' וגו' וואס געניט האט אזוי געניט אראפגעלייגט.

מיין נקודה איז אז זייט דעי וואן איז ער מלא טעותים, וואך איין וואך אויס, טאג איין טאג אויס, אין אנהויב האב איך דן געוועהן לכף זכות ווייל ער איז ניי, אבער אלס שטענדיגע לייענער באמערק איך די טעותים אין עס הערט זיך נישט אויף, א רעדאקטער דארף האבן א געוואלדיגע אחריות אז עס זאל ארויס קומען פין אים א דבר השלם, אין איך שוין אים פשוט ווייל דאס ברענגט אים אליין אונטער, (אז די ווילסט דוקא קען איך אראפברענגען נאך אסאך גראבע טעותים), ווען איך וויל אים אונטער ברענגען וואלט איך אים געזאגט "קיעפ אן", נאר היות ער איז זייער גוט אבער אויף די וויכטיגסטע זאך גיבט ער נישט אכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2008 22:15 לינק ישיר 

הרב פראסקעס, כ'ווייס נישט אויב דו האסט ביזנעס מיטן דבר יום ביומו, אבער דעיס איז נישט די וועג צו פייטן א קאמפעטישן.

כ'וויל דיר אביסעלע אויפמישן דיין זכרון, ווען די דבר יום ביומו איז געווען ניי, האטער כמה פעמים געהאט די זעלבע טעות, און מענטשען האבן געהאט פראבלעמען, זיי האבן באקומען טיקעטס, און ווען מ'האט עם אנגערופן, האטער זיך נישט וויסענדיג געמאכט, (לויט ווי כ'געדענק האטער אפילו געהאט א דין תורה דערוועגן מיט איינעם) משא"כ דער גוט מארגן, ער אנערקענט אז ער האט געמאכט א טעות, און ער זאגט אז ער איז גרייט צו באצאלן, און ער גייט פארעכטן דעם טעות, דורך'ן אראפנעמען די פארקינג רעגולאציעס פון זיין צעטל.

סתם אזוי ווילעך דיר זאגן, אז דער גוט מארגן איז זייער א נארמאלע יונגערמאן, און מ'קען צו עם רעדן, דאס האט מען געקענט זעהן מיט די נייעס, ער האטעס אראפגענומען, ווייל מ'האט גערעדט צו עם.

און טאקע פארדעם איז היינט דער "גוט מארגן" מער פאפולער ווי די דבר יום ביומו, כאטשיק די דבר יום ביומו האט ערלעידיגט אז מ'זאל עם נישט אריינלאזן אין ראדני/קליימער/אברכים, קענסטעך נאכפרעגן ביי זיינע אדוויטייזער, ס'האט מיר פארציילט איינער, א עסקן פון די באבוב'ע לאטא, ער זאגט אז זיי האבן געלייגט א אנדערע לינק אויף ביידע צעטליך, און די לינק פונעם גוט מארגן האט געהאט כמעט "דאפעלט" קליקס, ווי פונעם דבר יום ביומו, וואס דארט, אויפן דבר יום ביומו, איזעס געליגן איין טאג פריער.

נאך איין זאך הרב פראסקעס, כ'ווייס נאכנישט אויף וואס ס'גייט ארויף דיין סטעיטמענט "יעדן טאג שווערע טעותים" האסט ס"ה אויסגערעכנט איין טעות, פאר צוויי טעיג....

עניוועי, פראסקעס, גיי צוריק צו דיין דזשאב, און רייס אראפ דעם גוט מארגן וויפיל די קענסט........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2008 21:35 לינק ישיר 

 

למען האמת והפונקטליכקייט וויל איך דערציילן מיין פערזענליכע מעשה

פאריגע וואך האב איך א דאנק אים באקומען א פארקינג טיקעט, האב איך אים אנגערופן און דערציילט, האט ער זיך צו מיר זייער אנטשולדיגט אז ער איז נאך זייער ניי און ער האלט זיך אינמיטן געהעריג מסדר זיין און עס איז אריינגעפאלן א מיסטעיק, און ער איז מיר גרייט צו באצאלן די גאנצע געלט שאדן!

איך בין זייער נתפעל געווארן דערפון אז ער איז א מענטש און ער איז גרייט צו דערלייגן געלט אלעס צו צופרידנשטלען יעדן איינעם, האב איך אים געזאגט אז איך וועל זיך שוין אליינס אן עצה געבן וועגן די געלט, און ער זאל מיר גארנישט באצאלן, ער האט מיר דעמאלטס אויך געזאגט אז ער פלאנט עס אראפצונעמען בקרוב ווייל ער ווייסט אז דאס איז אן האקעלע ענין.

צום ענין: "וויליאמסבורג גוט מארגן" לייגט אראפ א יעדן טאג א הערליכן ארבעט פון שיינע נייעס, דעקט אלע שמחות אין וומ"ס, זמנים, וועטער, ביליגסטע געז, לאטערי, (יעצט חנוכה האט ער אן אפטיילונג פון די זמנים פון חנוכה ליכט צינדן פון די רבנים דאהי אין וומ"ס), א.א.וו.

ווען מ'האט געהאט טענות צו אים ער זאל אראפ נעמען די נייעס פון די בתי מדרשים האט ער זיך שיין צוגעשטעלט, וואס אגב מיין איך אז ער האט א שטיקל געלט שאדן, ווייל ער דארף דיזיינען 2 עקסטערע צעטלעך.

אויפן "גוט שבת" אויסגאבע לייגט ער בבקשת הרבנים נישט ארויף קיין שום געלט אדווערטייזמענט אדער קלאסיפייד, וואס דאס איז א זיכערער געלט שאדן פאר אים.

יעצט פאר די האסט ארויפגעלייגט אויף אים א ווייסן ליילעך, האסטו געקוקט וואס ער שטעלט דיר יא צו, צו האסטו אויך געקוקט אויפן צווייטן זייט פונעם מטבעה?

דער אינגערמאן איז א ערליכער ערנסטער אינגערמאן, וואס ווילן צושטעלן און שטעלט זיך צו מיט וואס ער קען נאר צופרידנשטעלן יעדן איינעם, רבנים, העפליכע סערוויסעס פאר די קאסטומערס.

און יעצט צום "גוט מארגן" מיר האבן הנאה און שעצן שטארק דיין הערליכע ארבעט, און נאר מיט מיסטעיקס לערנט מען זיך.

קיפ אן! חזק ואמץ!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2008 20:35 לינק ישיר 

זעהט אויס אז דער האט נישט קיין קאר.

גראדע מאכט ער א שיינע הערליכע ארבעט, איך האב האנה דערפון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2008 19:36 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס גייט פאר מיטן "גוט מארגן"???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext