בית פורומים כל העולם כולו

"אגרת מענה לחכם" אויפ'ן ספר ויואל משה ערשינען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/12/2008 03:41 לינק ישיר 
"אגרת מענה לחכם" אויפ'ן ספר ויואל משה ערשינען!

http://theantitzemach.blogspot.com/2008/12/response-to-vayoel-moshe.html
ווייסט איינער צו די ספר איז צו דער זאך אדער נישט?




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2009 07:05 לינק ישיר 

שוין, דער ויואל משה איז אפגעפרעיגט, יעצט דארף מען רופען רביה"ק זי"ע דער "בעל דברי יואל" 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 05:37 לינק ישיר 

עפשטיין
משא"כ די ויואל משה?......




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2009 21:43 לינק ישיר 

מענה לחכם איז סברות נישט קיין מקורות אין הלכה

שוין געהערט אזאנס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 00:30 לינק ישיר 

(שלום עליכם דיפלא. לאנג טיים דידנט ספיק..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 00:26 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז הרה"צ ר' סופר שליט"א האט געשריבן אין 'נייעס באריכט' אין זיין וועכנטליכן רובריק, איבער דעם 'אגרת מענה לחכם', ווייסט איינער וואס פארא גרויסע סברות ער האט דארט געשריבן?


אדער האט ער פשוט געשריבן אז דער ספר רעדט נישט צו דער זאך און מען איז א כופר באלוקי אויב מען לערנט דאס?

איין זאך האט ער זיכער געמאכט אז ער האט ערוועקט די נייגער פון עטליכע אידן צו זוכן דעם קונטרס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2008 21:55 לינק ישיר 

דער מקור איז א ירושלמי תענית כ"ד
ר' עקיבה כד הוה חמי בר כוזבה הוה אמר דין הוא מלכא משיחא
(בר כוכבא איז דער זעלבער ווי בר כוזיבא אדער בר כוזבה).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 17:40 לינק ישיר 

האלט איינער אז בעלזער רב אגער פאפא'ר רב איז גרעסער פון הלל אדער רבי עקיבא. וועט היינט עמיצער לייקענען אין ביאת המשיח און ברענגען א ראי' פון די גמרא אז הלל זאגט אין משיח לישראל??? צי וועט איינער זאגן היינט אז משיח איז שוין געקומען און ברענגען א ראי' פון רבי עקיבא וואס האט געהאלטן א בר כוכבא איז משיח??? סאו ס'איז גא א שמועה א דער הייליגער בעלזער רב האט אזוי גע האלטן 50 יאר צוריק, וואו-ווי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 17:02 לינק ישיר 

איך האב נישט באמערקט אז איך האב געשריבן די ווארט "ישועה" אין ווי איך האב אויבען געשריבן זעי איך נישט קיין נ"מ. צווישען "א יד השם לטובת ב"י" און די חס מלהזכיר ווארט "ישועה".  

איך בין דאס אבער גרייט צי טוישן לכבודך

"ערליכע ידען מיט א ברייטע קיק האבן געקענט זען די חרבן וואס די  ציוניסטישע מדינה ברענגט מיט זיך איו די זעלבע צייט אויך זען דעם יד ה' אין אויך טרעפן די  גוטע זייט דערפין  לטעם זה ניתן להם מדינה שיתגאו בה...והקב"ה חפץ שלא ידח ממנו נדח ח"ו "

אויב די ווילסט דאס ריפן "רעדן האלבע צי גאנצע ציונות" זאל עס זיין אזוי. 

פאר איך פארגעס: איך בין אויך מודה צו דיר אז אלע וואס טיען אפ מעשים תעתועים וועלן בהכרח באקימען א שרעקליכן עונש אפילו אויב מ'זעט נישט אויפן פלאץ החטא ועונשו.

 



תוקן על ידי findodort ב- 26/12/2008 17:12:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 02:29 לינק ישיר 

אויב דו מוזט דוקא האבן דאס לעצטע ווארט פארגין איך דיר עס הארצן גערן, אבער אז דו ווילסט קומען דא רעדן האלבע צי גאנצע ציונות מאך עס כאטש מיט טאקט.

דאס ציטיר איך פון דיין תגובה אויף די ערשטע זייט:

"ערליכע ידען מיט א ברייטע קיק האבן געקענט זען די חרבן וואס די  ציוניסטישע מדינה ברענגט מיט זיך איו די זעלבע צייט אויך זען ווי זוי דאס איז א ישועה פאר אידן"

און דערויף האב איך דיר געענטפערט אז ניין, ערליכע אידן האבן נישט געקענט זען וויאזוי דאס איז א ישועה פאר אידן. מ'קען זען דערין דעם יד ה', מ'קען אפילו פרובירן צו טרעפן די גוטע זייט פון די סאמע ערגסטע [ערליכע אידן האבן געטראפן די גוטע זייט אפילו פונעם האלאקאוסט רח"ל. און ניין, ס'איז נישט געווען אז מ'קען פארן אויף איראן זיך קושן מיט דעם צורר היהודים], אבער דאס מיינט נישט אין קיין שום וועג אז דאס איז א ישועה אויף סיי וועלכן אופן, חס מלהזכיר.

בנוגע "תקיא הארץ אתכם" איז קיין גרויסע נפ"מ וואס דאס זאגט, איין זאך וואס ס'לאזט נישט איבער קיין צווייפל איז דער פאקט אז די מעשים תעתועים וועלכע וועלן בהכרח ברענגען דעם שרעקליכן עונש קען בשום אופן נישט זיין קיין ישועה פאר כלל ישראל, אפילו אויב מ'זעט נישט אויפן פלאץ החטא ועונשו.

און כדי צו זיין קלאר, איך בין מיט דעם מסיים ווילאנג דו גייסט איבער ווידער און ווידער אויף דיינע זאכן ככלב השב על קיאו. כ'האב קיין געדולד איבערצוקייען נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך, און כ'געב דיר גערן דאס לעצטע ווארט.

תוקן על ידי געגאנגען ב- 26/12/2008 2:25:45




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 02:22 לינק ישיר 

... 

תוקן על ידי געגאנגען ב- 26/12/2008 2:18:00




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 00:22 לינק ישיר 

איך האב אויך נישט געשריבן 'ישועה', אבער וואס איז א נ"מ. 

ועגן  די ברירות אפצומאכן ווער ס'איז אן אמת'ער גדול ליגט דוקא ביי דיר האב איך באמת נישט פארשטאנען. ביי מיר זענען אלע ערליכע אידען זייער חשוב.

איך ווייס נישט צי די ביסט גערעכט מיט דיין פשט תקיא הארץ אתכם אבער נניח אז יא מן ימר אז דאס איז א חרבן אויף כלל ישראל סך הכול וואס דאס זאגט איז אז דער שגץ אין א"י באקימט א גרעסערע עונש ווי דער שגץ אין חו"ל

תוקן על ידי findodort ב- 26/12/2008 0:19:31




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2008 00:01 לינק ישיר 

אין פאפא'ער רב'ס בריוו שטייט נישט קיין ווארט וועגן 'ישועה'. וועגן בעלזער רב ווייסטו זייער גוט אז ס'איז שוין נישט געבליבן איבער וואס זיך מתווכח צו זיין. די ברירות אפצומאכן ווער ס'איז אן אמת'ער גדול ליגט דוקא ביי דיר, וד"ל.

ס'איז קלאר אז "תקיא הארץ אתכם" איז נישט באגרעניצט צו גלות וגאולה, ס'איז א נאטירליכע קללה וואס דער רבש"ע האט צוזאמגעבינדן מיטן "בטמאכם אותה", די הייליגע ערד פארטראגט פשוט נישט קיין גראבע עבירות ובעלי עבירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2008 23:54 לינק ישיר 

געגאנגען ביזט גערעכט איך האב נישט באמערקט.

איך האב דיר געברענגט א בריוו פין פאער רב

והרבה נצטערתי בראותי זאת, על מה עשה ה' ככה לארץ הזאת...ואף שב"ה לא קשה לי כלל... [כי לא] מחשבותי מחשבותיכם... אבל...ודע מה שתשיב וכו', וכאשר התבוננתי על מהות האנשים האלה נזכרתי בימי עניי ומרודי כאשר נפל גורלי... שמעתי כמה פעמים ממקצתם שקיבלו עליהם רח"ל להשתמד אחר שיצאו מן הצרה כדי להציל עכ"פ את זרעם מצרות כאלה שסובלים עם בנ"י... [ו]כדי שלא יצאו ח"ו מן הדת לגמרי וישארו תחת שם ישראל דאז יש לקוות דילמא נפקו מינייהו זרעא מעליא, לטעם זה ניתן להם מדינה שיתגאו בה...והקב"ה חפץ שלא ידח ממנו נדח ח"ו

און די ווייסט אויך וואס בעלזא רב האט געזאגט.

יעצט האסטו צוויי ביררות אדער מחליט זיין ווער איז א אמת'ער גדול אדער קענסטי מחליט זיין אז די גלייבסט נישט דעם בריוו און דאס האבן די פאפענע נאר געפלשט ווייל זיי האבן פיינט דעם רבין וכד'.

ביחס צו "תקיא הארץ אתכם"  (איך האב נישט געקיקט מפרשים) איז בפשטות פשט די אייבישטער זאגט צו פאר כלל ישראל א"י לנחלה. און ווארענט זיי אויב וועלן זיי זיך נישט אויפפירן ווי עס בעדארף וועלן זיי דאס פארלירן אין גיין און גלות.

 



תוקן על ידי findodort ב- 26/12/2008 0:03:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2008 23:31 לינק ישיר 

קודם כל האסטו מסתמא מיר געמיינט און נישט KJ.

צווייטנס איז נישט געווען קיין איין אמת'ער גדול וועלכער האט געזאגט אדער געשריבן אזוינע נארישקייטן, מילד גערעדט, כאילו די מדינה איז א 'ישועה' פאר כלל ישראל.

ווען דער שטן האט געפייניגט איוב איז אויך געווען דערין א יד ה', איז עס דעריבער געווען א 'ישועה'?! יעדע זאך אין דער וועלט, מטוב ועד רע, איז א יד ה', אבער דאס מיינט נישט אז ס'ליגט דערינען א ישועה אדער ענליכע שטותים.

דריטנ'ס, ווער האט גערעדט פון גלות וגאולה? איך רעד פון "תקיא הארץ אתכם", דאס איז א הבטחה וואס האט קיין שייכות מיט גלות אדער גאולה. די מעשים וועלכע זענען אויפן וועג פון זעלבסט פארניכטונג קענען נישט און זענען נישט אין דער זעלבער צייט קיין 'ישועה', בשום פנים ואופן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2008 23:24 לינק ישיר 

kj איך פארשטיי דיין געפיל. אבער ווערטר האבן באגריפן אין "עבודה זרה" מיינט טאקע עבודה זרה עבודה זרה, עבודה זרה. געצען דינעריי.

אמת עס איז געווען אזלעכע וואס האבן געהאלטן "חס מלהזכיר" פון די אנדערע זייט זענען געווען גדולים וטובים וואס זיי האבן געהאלטן - און געשריבן - אז עס איז אויך דא און דעם א חסד און א יד השם.

אין דאס איז נישט פאר kj אין נישט פאר פינדאדארט צי נעמען א שטעלונג.

דעס וואס די פרעגסט אויף "תקיא הארץ אתכם" גלייב איך נישט איז היינט שייך ווייל ביז דערווייל זענען מיר נאך און גלות זייט די צווייטע חרבן. וד"ל

אמת א"י האט א גרעסערע קדושה, און קדשה לעתיד לבא, און א איד וואס איז חוטא בפלטרן של מלך באקימט א גרעסערע עונש. אבער ווער זאגט אז דער עונש איז חל אויף כלל ישראל. אויף א אופן תקיא הארץ אתכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "אגרת מענה לחכם" אויפ'ן ספר ויואל משה ערשינען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext