מתוך דברות קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
ביום כ"א כסלו שנת תשס"ט לפ"ק באולם ברוקלין ארמיי
ס'איז היינט געווארן א נייע קולא אז מ'קוקט נייעס, מ'גיבט א קוועטש מיט'ן קנעפל און מ'קען מיטהאלטן די נייעס. א איד איז זיך געקומען אפרעדן, א קינד אין חדר האט דערציילט פאר זיין אינגל, אז ער האט געזעהן די גאנצע מעשה וואס איז געווען לעצטנס אין אינדיע, וואס ס'האט ליידער געקאסט אידישע נפשות, האט דער פאטער מיט די גאנצע משפחה דאס מיטגעהאלטן אויפ'ן קאמפיוטער. זאל דער איד וויסן, ער איז מחנך זיין קינד צום קאמפיוטער, ער זאל וועלן זען אויפן קאמפיוטער די אינטערסאנטע נייעס, ער מיינט אז זיין קינד וועט נאר קוקן וויפיל ער וויל און וויפיל ער ערלויבט אים, זיין קינד איז יעצט שוין קלוגער, און ער וועט נאך בעתיד זיין נאך קלוגער, ער וועט אליינס וויסן וויאזוי זיך צו באנוצן מיט'ן קאמפיוטער, ווען דער טאטע וויל און ווען ער וויל נישט, מ'איז מחנך דאס קינד לכל דבר רע, לכל מרעין בישין, מיט א קוועטש אויפ'ן קנעפל מאכט מען דעם קאמפיוטער פאר א ריכטיגער "טעלעוויזשאן", ווען מ'זיצט ביים קאמפיוטער זאל מען וויסן אז מ'קוקט יעצט דעם טמא'נעם "טעלעוויזשאן".
וויל איך איבערזאגן דברי אלקים חיים וואס דער פעטער ז"ל האט געזאגט ביי די דרשה הושענא רבה תשט"ו, איבער דעם טמא'נעם כלי פון טעלעוויזשן, האט ער געזאגט בזה הלשון: "ווער האט זיך דען געקענט אמאל אויסמאלן אין פריערדיגן דור, אז ס'וועט זיין אמאל אזא חציפות, אז ס'וועט זיין, א טיילעוויזשן, - ער האט דאס גערופן טיילעוויזשן – אז ס'וועט זיין א טיילעוויזשן אויף דער וועלט און ס'וועט זיך טרעפן אידן וואס זיי האבן נאכנישט גע'שמד'ט און זיי נעמען דאס אויך אין שטוב אריין, ביטער און זויער, אוי וויי, איך האב דאס שוין געזאגט, ווען ס'וואלט ווען געווען אין די פריערדיגע דורות, וואלט מען ווען אויסגעשלאסן אזא הויז מזרע ישראל, ס'איז בעונותינו הרבים אלעס, ע"ז מיט גילוי עריות, און ס'איז גארנישט מעגליך, מען זאל א גוטן סוף האבן, מ'קען גארנישט בלייבן קיין איד, דאס איז די גאנצע, ס'איז נישט פארהאנען נאך אזא חציפות. עכלה"ק.
אין די העכער פופציג יאר זינט יענע דרשה, איז די וועלט נישט בעסער געווארן, נישט די גוי'אישע וועלט און נישט די אידישע וועלט, ס'איז ליידער אסאך ארגער געווארן, ליידער, ליידער, מ'האט די קאמפיוטער'ס, און מ'מאכט דאס מעת לעת פאר א טעלעוויזשאן. זאל מען וויסן, דער וואס האלט מיט די נייעס אויפ'ן טעלעוויזשן המכונה קאמפיוטער, אז ער איז נכלל בכלל אין די אלע שארפע ווערטער וואס מיר האבן פריער נאכגעזאגט פון פעטער ז"ל, און וויאזוי כאפט מען נישט אן א מורא און א פחד?! דאס איז ליידער דער רוח הזמן ממנהגי אמעריקא, מ'מוז האבן אזא כלי און דאס קומט אריין אין אונזער מחנה, דארף מען מאכן געוואלדיגע גדרים און סייגים, מ'דארף אהערשטעלן א חומה בצורה אפצוהיטן כרם בית ישראל.
 |
|
|