רבי נתן יהוסף מייזעלס זאל זיין א גיטער בעטער
פלעגט שרייבן אויף סיין לדערהעט " מלפנים אבדק"ק לאנדאן " אין יודיש גערעדט
דער געוועזנער לאנדאנער רב
זי"ע
ווייסט איינער צי דאס געווען א פליק.
נשלח ב-14/1/2009 03:23
ווער רעדט דא פון וויי טאן? מיר טוט נישט וויי ווען מען שרייבט אפילו אפיקורס אדער נאצי אויף איינעם פון די צוויי סאטמארער רבי'ס.
יעצט, דאס רופן דעם ברך משה "דער סיגעטער" האט כאטש געהאט א צוועק, צו ווייזן אז די בני יואל טוען נישט אננעמען דעם רבי'ן אלס דער סאטמארער רבי. זיי האבן אים נאר עפראווד אלס סיגעטער רב. כאטש באמת איז סיגעט געווען א שענערע שטאט ווי סאטמאר, האט עס אבער געדארפט צו זיין א פליק.
משא"כ אין יעצטיגן פאל, וואו אפילו די אהרונים נעמען אויך אן מהר"א מסאטמאר אלס דער "געוועזענער קרית יואל'ער רב", אלזא וואס איז פשט פון דעם פליק?
נאר וואס דען? איך האלט אז מענטשן ליינען נארישקייטן אין די צייטונגען און זיי רעדן זיך איין אז ווייל ס'שטייט אין בלאט אדער ווייל ס'שטייט אין איד, מוז זיין אז דאס איז א גוט ווארט, און זיי זאגן עס איבער.
און טאמער דאס דארף מיר יא ווייטאן, ביטע לאז מיר וויסן, אז איך זאל טאן דיין ווילן.
נשלח ב-13/1/2009 21:06
זיסקייט פארשטיי די סארט מענטשען האבען איעדע שטיק א נייע מבצע איינמאל דארף מען זיך איינרעדען אין זאגען איך בין א חסיד פין די הייליגע טאשע רבי איינמאל די הייליגע ירושלימער רב איינמאל די הייליגע רב טודרוס איינמאל הייליגע תולדות אהרן איינמאל הייליגע פשעווארסק וכו וכו וכו וכו וכו וכו וכו וכו
יעצט רעדט ער זיך איין מיט א פעסטקייט "די געוועזענע קרית יואלער רב" אין שעפט חיות פאר זיין דיפרעסטע זעהל ביז סוועט עם נמאס ווערען וועט מען זיכען א פרישע
נשלח ב-13/1/2009 20:22
הבדלה, וואס פשט פון די ווערטער "געוועזענער קרית יואל'ער רב"?
וויבאלד איך זע אז דו ביסט פון דעם אנדערן צד אין סאטמאר שטעל איך זיך פאר אז דאס איז עפעס א פליק פאר אים.
אלזא, זיי מיר מסביר, אז איך וועל רופן אבאמא'ן "געוועזענער סענאטאר פון אילינאי" וועט עס זיין עפעס א פליק פאר אים?
איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט, נישט על מנת לקנטר, און אויב ווילסטו נישט מוזטו מיך נישט ענטפערן.
נשלח ב-13/1/2009 15:08
נו גייט מען שוין צו דין תורה ?
נשלח ב-9/1/2009 20:23
הבדלה
איך זע אז ס'ברענט
נשלח ב-9/1/2009 17:43
האקאבי, די ביזט נישט גערעכט, די ערשטע אין די לעציטגע היסטאריע צי אוועק נעמען א זיידע'ן ביי א שמחה איז געווען ביי הרב משה האגער שליט"א דער וויזניצער רבי פון בני ברק, ביי די חתונת און שמחת פון זיינע אייניקלעך, די קינדער פון זיין איידעם דער געוועזענער קרית יואל'ער רב.
ווי אזוי שטייט אין אבות, על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפיך יטופון