ווער רעדט דא פון וויי טאן? מיר טוט נישט וויי ווען מען שרייבט אפילו אפיקורס אדער נאצי אויף איינעם פון די צוויי סאטמארער רבי'ס.
יעצט, דאס רופן דעם ברך משה "דער סיגעטער" האט כאטש געהאט א צוועק, צו ווייזן אז די בני יואל טוען נישט אננעמען דעם רבי'ן אלס דער סאטמארער רבי. זיי האבן אים נאר עפראווד אלס סיגעטער רב. כאטש באמת איז סיגעט געווען א שענערע שטאט ווי סאטמאר, האט עס אבער געדארפט צו זיין א פליק.
משא"כ אין יעצטיגן פאל, וואו אפילו די אהרונים נעמען אויך אן מהר"א מסאטמאר אלס דער "געוועזענער קרית יואל'ער רב", אלזא וואס איז פשט פון דעם פליק?
נאר וואס דען? איך האלט אז מענטשן ליינען נארישקייטן אין די צייטונגען און זיי רעדן זיך איין אז ווייל ס'שטייט אין בלאט אדער ווייל ס'שטייט אין איד, מוז זיין אז דאס איז א גוט ווארט, און זיי זאגן עס איבער.
|
|