משה דוד נידערמאן איז זיך מספיד בדמעות שליש
דער גרויסער צדיק משה דוד נידערמאן האט ארום געשיקט
א פלוג בלעטל ווי ער איז זיך אליין מספיד בבכיות עצומות אז הלמאי
מען האט זיך גענומען איבער זיינע ביינער ביי די פארלאפענע וואלן,
הפנים, דער שוטה האט זיך שוין אויפגעוועקט, ער כאפט זיך שוין
אז עס זענען געקומען נייע צייטן, די שטאטישע טאטעס האבן עהם קלאר געמאכט
אז ער איז מער נישט דער מושל בקופה, און אז ער פארטרעט נישט
רוב הציבור פון ברוקלין, יא, משה דוד, האסט ארויס געווארפן די ראשי הקהלה
פון סאטמאר פארן בלויזן חטא אז זיי באלאנגען צו די אהרונישע פארטיי,
אצינד באצאלסטו פאר דיינע מעשים טובים, דו האסט געפונען פאר וויכטיג
בעצם היום טוב פון שמיני עצרת אנצורופן דיינע שישקעס אין סיטי האל
זיך אנצונעמען פאר די זאליס, נאדיר, עס עס אויף!!!,
YOUR TIME IS UP!!!
דיינע קעשענעס גייען איין פון טאג צו טאג,
נאכדעם ווי דו האסט פאראטן דעם ציבור ביי אלע מערכות,
געגנב'עט מעות הציבור רעטס און לינקס,
אפשר זאגסטו מיר ווי איז אהינגעקומען די שווערע טויזענטער דאלאר
וואס מען האט צוזאם גענומען צו פייטן די שעפער דירות פראדזשעקט?,
דו האסט צוגענומען די מעות הציבור, און דערנאך געווארן א שיתוף מיט
די דעוואלפערס, און זיך אריין געפופן אונעם עולם, און געמאכט געלט משני הצדדים,
הפנים, דארט האסטו פארשטאנען אז מען קען ארבייטן פאר צויי צדדים,
יא, משה דוד, NOW IS PAYBACK TIME,
משה דוד, א עוסק בצרכי ציבור באמונה נעמט נישט קיין שטעלונג
וען עס קומט פאר א מחלוקה ביים ציבור, געב א קיק,
הרב ר' בעריש פרייליך, גייט צו ביידע צדדים, און העלפט סיי ווער עס דארף א טובה,
הרב ר' שלום יוסף הערשקאוויטש איז אויך נישט בודק צו וועם מען באלאנגט
בשעת מען קומט צו עהם בעטן א טובה, ער העלפט יעדן איינעם אן קיין אויסנאם,
דאס הייסט א איש החסד ואיש המעש, נישט ווי דו וואס פרובירט זיך אהער צו שטעלן
בטלית שכולו תכלת מיט א תמימותדיגער פנים, און באכעט און שטויסט ווי א שור מועד,
אגב, דו האסט פארגעסן צו שרייבן פון עטליכע געוואלדיגע
אויפטוהען וואס דו משה דוד האט צו געשטעלט פארן ציבור:
1) בייק לעינס,
2) ארטיסטן
3) צוגענומען פונעם עולם הונדערטער פארקינג ספעיסעס,
4) מסירות נוראות ביי די בילדונג דעפט. ביים בויען בתי מדרשים און מוסדות התורה,
5) מציצה בפה, וואס ווען נישט וואס הרב רבי חיים דוד צוויבל האט זיך אריין געמושט וואלט דאס היינט געווארן פארבאטן.
6) די טויזענטער אינטערשריפטן וואס אלע שיכטן האבן אינטער געשריבן האסטו געגעבן פאר דיין רבי זלמן לייב טייטלבוים
ער זאל דאס איבערגעבן פארן מעיאר, ער זאל מיינען אז דאס זענען אלע זיינע מענטשן,
7) צוגענומען צענדליגע פארקינג פלעצער לעבן בית המדרש הגדול אויף האפפער סטריט.
ווער עס ווייסט פון נאך מעשים טובים פון משה דוד ווערט געבעטן דאס מיט צוטיילן מיטן ציבור,
 |
|
|