SO HOW WAS THE BIG SHLOSHIM THING IN KIKER HASHABBOS ?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/01/2009 7:55:00
נשלח ב-5/1/2009 02:35
שטיין מיט די חברה איז קלאר א פאטש אין פנים פאר א אמעריקאנער גוי וואס האט למשל משפחה אין איראק, אדער פארן אמעריקאנער פרעזידענט וואס פירט א מלחמה אין איראק.
נשלח ב-4/1/2009 03:37
גאסט, א גרויסן ישר כח פאר'ן ברענגען דעם שטיקל פון על הגאולה פון די הקדמה וואס דער רבי זי"ע האט אליין געשריבן, וואס ברענגט ארויס זיין אמת'ן דעת תורה, און ס'איז א מצוה דאס מפרסם צו זיין.
וואלןסח, התגרות באומות איז ווען מען שטעלט זיך צוזאם מיט טעראריסטן וואס אטאקירן שוין אמעריקע פאר לאנגע יארן און מען זאגט זיי אחינו אתם. דאס איז סיי די פאלעסטינער און באזונדער די איראנער, וועלכע האבן דורכגעפירט מערערע טעראר אטאקעס קעגן אמעריקע אין די לעצטע דרייסיג יאר, און זענען דעריבער אין מלחמה קעגן אמעריקע.
גפנר האסט מיר נישט גוט פארשטאנען
קלאר אז מען טאר נישט חלילה גיין מיט די אראבער
קלאר אז די נטורי קרתא איז נישט גערעכט
קלאר אז דאס איז א געוואלדיגע חילול השם
אבער מיט התגרות באומות האט דאס קיין שייכות נישט
נשלח ב-1/1/2009 20:32
צי גיין מיט אראבער ציזאמען אויף א פראטעטעסט איז חילול השם נאך דערצו מיט רוצחים
דער בילד איז פין די פראטעסט ווי אראבער מיט נוטרי קרתא זענען געגאנגען די וואך אין מאנהעטען.
נשלח ב-1/1/2009 20:25
דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געהאלטן אז מען מעג גיין מיט די ארעבער ציזאמען
אין ער האט אייביג אבאכט געגעבן אז ס'זאל נישט ארויס קומען קומען קיין חילול השם
ער האט געהאלטן אז מען דארף די אומות העולם לאזן וויסן אין מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט
1) אז די תורהמיט יודישקייט האט גארנישט מיט די מדינה ישראל
2) אין זיי די מדינה פארטרטען נישט קיין יודישקייט
3) יודין טארן א מדינה נישט האבן פאר די גאולה שלימה
4) יודין רייצן זיך נישט מיט קיין אראבער
5) אין אז זיי זענען שולדיג אויף צרות אנגעהויבן פין די זעקס מיליאן קדושים
נשלח ב-1/1/2009 20:24
איין סיין שטייט: די "תורה" פארלאנגט, אז גאנץ פאלעסטיין געהערט פאר די פאלעסטינער
וואו שטייט אז "אלל פאלעסטיין" געהערט פאר די פאלעסטינער?
אפשר דארף דאס גיין פאר די טערקן? אפשר פאר ענגלאנד? אפשר פאר סיריע? אפשר א שטיקל פאר מצרים? און פאר ירדן? ווייל די פאר משוגעים האבן איינגעהאקט מיט אראפאט מוז מען אוועקגעבן אלעס נאר פאר די פאלעסטינער?
דאס איז נישט יושר......
נשלח ב-1/1/2009 20:18
אפשר זאגסטו מיר וויאזוי די אמריקאנער פאלק קיקט צי ווי אייגענע אידען בני אברהם יצחק און יעקב שטייען האנט ביי האנט מיט טרוריסטן ימ"ש קעגן זיך אליינס ?
נשלח ב-1/1/2009 20:11
גפנר
ראשית כל, אלע תלמידי וחסידי רביה"ק דברי יואל ומ"מ רביה"ק הברך משה האלטן אזוי אז יעצט איז נישט די צייט מוחה זיין.
אבער צו זאגן התגרות באומות, וואסערע מין היפקראטיע, ווער האט געשטעלט די גדרים פון התגרות באומות, אמעריקא ווערט ברוגז ווען אידן זאגן אז די ציונים טארן נישט אטאקירן עזה, עגלאנד ווערט אפשר ברוגז, מיט וועלכע פאלק רייצט מען זיך
מיט איין אומה וואס זאגט ככל הגוים בית ישראל, נו מיט די רייצט מען זיך אויך אין פרידנס צייטן ווען ס'איז דא חיטוטי שכבי גיוס בני ישיבות תכנית ליבה ועוד.
און ווידער ווען זיי די רשעים שיקן (איך געב א משל פון א לעצטיגע זאך) אינעם קיין אינדיע זיך מישן אין עפעס א פאליטיק, וואס לכבוד דעם זאגן די פאקיסטאנע טעראריסטן זענען זיי ברוגז אויף די ציונים, און מי יודע אויב נישט דאס איז דער גורם פון די הריגת קדושי מומבעי, דאס הייסט נישט התגרות באומות.
זאגזשע ווי איז דער גדר
נשלח ב-1/1/2009 19:02
מ'זאגט פון צדיקים אז דער פירהאנג צווישן אמת'ע קנאות און פשוט'ע רשעות איז גאר דין און מען דארף זיין גאר ערליך זיך נישט צו נער'ן און זיך נישט ח"ו טועה צו זיין. למשל ווען איינער שרייט אויף איינעם וואס רעדט ביים דאווענען, איז ער דאך מקיים דעם שו"ע וגוערין בו, אבער וויי און ביטער איז אויב דער שרייער האט אויך אן אנדער כונה ווייל ער איז ברוגז אויף דעם שמועסער אדער איז ער איצט סתם אנגעצויגן וכדו' איז ער דאך א מבזה חבירו ברבים וואס אין לו חלק וכו'. מי יתן וואלטן מיר געהאט די זכוי' צו ליינען די באגאבטע הסברים פון "עבד עברי" ווי ער וואלט דאס צולייגט אויף קליין געלט, דעם גרויסן חילוק אז אונזער הייליגער סאטמארער רבי, וואס האט לוחם געווען בכל נימי נפשו, האט זייער גוט געוואוסט און געלערנט מיט אונז דעם דינעם ווענטל צו פארשטיין ווען עס איז א מצוה מוחה צו זיין און ווען חס ושלום עס איז אין כלל דער גרעסטער חילול השם ה"י.
נשלח ב-1/1/2009 18:11
אפשר זענען זיי יא גערעכט ווייל סאיז נישט דא קיין פלאטישגע היטן און אשדוד אשקלון באר שבע וכו' אבער ווען סזאל אנקומען קיין בית שמש וואלט מיסתמא אנדערש געווען די מעשה
נשלח ב-1/1/2009 18:09
זאלסט מיר זייער מוחל זיין מר גאסט קודם בנוגע די מענטשען איך קען גראדע אפאר פון זיי פרעזענדליך ממש אינגעלייט וואס האבן גארנישט מיט גאט פינטל ממש גארנישט צי די מעסידש איז ריכטיג יא דורך גדולי הרבנים שליט"א נישט דורך א קבוצה ליידיגייערס און רשעים
און בכלל א איד וואס האט א טראפ געפיל צי אידן, אין זיין פנים ווערט נישט רויט פאר בושה ווען ער זעהט אזא פיקטשער רח"ל ווען אונזער ברידער און שוועסטער און ארץ ישראל האבן גאנצע "30 סקונדעס" פון ווען די סיירין פייפט ביז זיי דארפן זיין און בונקער מיט פיצלעך קינדער און מען לעבט מיט א פחד מה ילד יום און די זעלבע צייט שטייען די רשעים און מאנהאטען אין לך חילול השם גדול מזה.
נשלח ב-1/1/2009 17:55
גפנר, קענסט שרייען רשעים (איך בין נישט מחולק מיט דיר אויף די מענטשן אליינס) אבער דער מעסעדזש איז דער אמת'ער דעת תורה. קענסט אפשר זאגן אז יעצט איז נישט די צייט (וואס מיט דעם וואלט איך אויך מחולק געווען, אבער איך וואלט דיך פארשטאנען) אבער דער אמת איז דער אמת
ISRAEL DOES NOT HAVE THE RIGHT TO SPEAK FOR THE JEWS
THE JEWISH PEOPLE WILL NEVER RECOGNIZE THE STATE OF ISRAEL