היינט דאנרשטיג ביינאכט קומט פאר די גרויסע גענראל פארזאמלנוג אין בארא פארק אין גרויסן סאטמארערן ביהמ"ד
אויף די דריי אין פיפציגעסטע גאס ווי ס'וועלן אויף טרעטן א ריי בעלי דרשנים איבער דעם חילול השם.
באקומען אין אישית ווי מען וועט עס קענען מיטהאלטן ווער ס'וועט נישט דארט זיין.
Hookup @9:30 from general farzamlung in bihmd hagudel in b.p. 712 432 1001212 202 3201845 915 4831 pin 1) #425354354 - 2)#440260280
באקומען אין אימעיל [email protected] אלע דרשות פונעם גענעראל פארזאמלונג
נשלח ב-6/1/2009 23:56
פארן זעלבען טעם פארוואס מען האט געמאכט פראטעסטען קעגן די ציונים אפילו ס'האט גארנישט אויף געטוען, אז ס'טוט וויי שרייט מען.
נשלח ב-6/1/2009 22:58
קיט"ל רעד נישט קיין נארישקייטען.
ווען יאנקעל רופט בערעל צו ערכאות, מאכט מען נישט קיין אסיפות אין גרויסע סאטמארע ביהמ"ד.
ענק מאכען דאס ווייל ענק האבען א סטראגעדיע.
און דאס בין איך נייגעריג צו וויסען.
איך זאג נישט אז שווימער איז גערעכט, אוודאי איז ער נישט גערעכט, אבער איך וויל פשוט צו פארשטיין וואס איז צו האפען פין די גאנצע מערכה.
נשלח ב-4/1/2009 16:41
קהל יטב לב
איך גלייב אז אויב רבנים האבן מוחה געווען שטערט זיי נישט אז מען וויסט אז זיי האבן מ וחה געווען אפשר שרייבסטו ווער?
נשלח ב-4/1/2009 07:12
מדארף וויסן ווען מטרעט אויפן שלחן ערוך דארף מען שרייען נישט ווייל מגייט פארלירן צו געווינען א איד דארף גיין צי דין תורה אן חשבונות מנדעל שווימער איז א מסור א הולך בערכות עכום מרים יד בתורת משה איך הער אז עטליכע רבנים האבן מוחה געווען יעצט שבת
נשלח ב-4/1/2009 04:46
טאמער איינער קען מיך פליז מסביר זיין, וואס ווילען דא די אהרונים מיט מאכען דעם טומעל אז ער גייט צו ערכאות.
וואס גייט שווימער אהן וואס מען זאגט ביי די אהרונים וועגען אים? ער האט ווי צו דאווענען, און ווי צו שיקען זיינע קינדער. ער גייט "נישט" סטאפען וועגען די אהרונים זאגען אז ער איז א הולך לערכאות.
פארוואס גייט שווימער טאקע נישט צו דין תורה?
פארוואס גייט די אהרונים אהן ווי שווימער נעמט זיי? שטייט זיי טאקע אויס צו פארלירען אין ערכאות?
נשלח ב-2/1/2009 18:36
ס'געפעלט מיר ווי אברהם מאיר רייך זאגט היינט אז די אלע רבנים וואס זענען דארט געווארן נעכטען
" זענען פעיראל רבנים " ממילא מיינט עס גארנישט.
גוט מארגן אברהם מאיר.
נשלח ב-2/1/2009 18:13
שווימער דער מסור איז ארויסגעווארפן פון קהל אפיציעל.
לויט ווי איך פארשטיי איז דאס א ליגעל מענאווער.
נשלח ב-2/1/2009 07:29
Gelechter!
I'm not Satmar, but i just asked a satmar freind of nime, this is what he answerd me.
In Williamsburg, the Aronim clled the Zalis to Bais Din' the Zalis didnt want to go to an impartial Bais Din, so the Aronim took them to court. In Boro Park however, is differant The Zalis called the Aronim to Bais Din, and the Aronim WANT to go to Bais Din, even to a Bais Din of the Zalis choice, and even sihned Shtorei Berurinhowever the Zalis decided not to go, because they are affraid of loosing, for that you cant get a Heter Bais Din. In additin: Once Shturei Berurin are signed by the Nitva, the Toveia MUST cancel all court papers!
נשלח ב-2/1/2009 07:02
איך ווארט אויף הסברה אויף לישעס פשעטל
פארוואס דארט יא אין דא נישט?
וועמענס היתר?
נשלח ב-2/1/2009 06:52
אזא סוקסעס שוין לאנג נישט געווען די הרמת יד בתורת משה טוט זייער וויי מדארף מוחה זיין ווי מקען חזקו ואמצו
נשלח ב-2/1/2009 06:09
אויב דו ווארטסט אויף א תירוץ:
די רעגירונג קען אויסשליסן פון בירגערשאפט
קהל קען אויסשליסן פון מעמבערשאפט.
עפעס בלייבט שווער?
נשלח ב-2/1/2009 05:55
קען עמעצער מיר מסביר זיין די טיפע הסברה פון לישע
פארוואס זיי האבן געמעגט גיין אין קארט אין יענער טארנישט
אין פון וועם זיי האבן געהאט א היתר ?
נשלח ב-2/1/2009 05:46
אפיציעל?
נעקסטע וואך גייט זיין נאך א גענעראל פאזאמלונג
אין מען גייט אים אויסשליסן פון אמעריקאנער בירגערשאפט