בית פורומים כל העולם כולו

רבותי: טרינקט געשמאקע ווערעם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2009 00:07 לינק ישיר 
רבותי: טרינקט געשמאקע ווערעם

נישט צום גלייבען.

מצוה לשמוע דברי ח...?

די זאליס זענען איצט ארויס געקומען מיט א פרישע קובץ צו כ"א כסלו ווי דארט ברענגען זיי א תשובה פון ר' משה ראובן איצקאוויטש שליט"א, ווי ער איז מברר די גרויסע מעכטיגע פסק הלכה פון ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א דער געוועזנער סאטמאר'ער דיין, וואס האט געפסקנט אז מען מעג טרינגקן די ניו יארק וואסער אפילו עס האט ווערים דערין.

ער שרייבט אז דער געוועזענער דיין האלט ווייטער אזוי אז מען מעג עס טרינקען, און דער עולם זאל עס טרינקען א מחיה.

די זאליס רייסן אראפ זייער פילטערס איצט, און טרינקען זיך אן מיט די הייליגע ווערעם וואסער לפי פסקו הגדול פונעם דיין.

סך הכל איז אזוי:

סקול דיסטריקט יעצט אסור, עירוב אסור, אהורנים אסור, עירוב פאר פוילישע גוים יעצט אסור, גיין צו דין תורה אסור חזיר טרייף, שבת מעיל אסור, ריפן צו דין תורה אסור.

ווערעם וואסער מותר לכתחילה, סקול דיסטריקט אמאל געווען מותר, נעמען שוחד יערמיאש מותר, עירוב פאר פוילישע גוים אמאל געווען מותר, עסן ארגאוויי פלייש אין בוטשער מותר, ריפן רעביצען אין קארט מותר, הליכה לערכאות של בג"ץ מותר, הליכה לערכאות בארא פארק מותר, ארעסטירען בחורים ארינגעלייט מותר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2009 06:53 לינק ישיר 

עס איז שרעקליך וואס רעבנים זענען גרייט צו טרעטען אויף די תורה הק', אלעס פאר אביסיל פאליטיק.

ווייל די מתירי העירוב פירן אן די מערכה קעגן די ווערים אין די וואסער ממילא מעג מען און מען מוז טרינקען די ווערים וואסער אן קיין פילטערס.

שרעקליך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2009 05:19 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
מ'רעדט פון דא פון פוסטע אמעראצים, מגלי פנים בתורה שלא כהלכה.
ב"ה אז מיר האבן מיט זיי קיין שייכות נישט.


אויב איך מעג אויסבעסערן: מ'רעדט דא פון תלמידי חכמים וואס זענען מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2009 05:05 לינק ישיר 

קיין שום ציוניסטישער אדער מזרחי'סטישער רב וואלט דאס נישט מתיר געווען.

און מיר דארפען דאנק דעם בוכ"ע אז זיי זענען ב"ה נישט באלעבאס אין ערגעץ נישט, נאר אין די סיין לישקע.

מ'רעדט פון דא פון פוסטע אמעראצים, מגלי פנים בתורה שלא כהלכה.
ב"ה אז מיר האבן מיט זיי קיין שייכות נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2009 00:31 לינק ישיר 

געלויבט דער הייליגער באשפער אז ער איז נישט אנגעקומען קיין ירושלים ווערן דער רב.

מען דארף יעדן טאג געבן שבח והודאה אז די מפוקרים זענען נישט בעה"ב אין די עדה החרדית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2009 00:29 לינק ישיר 

אפשר האט ר' ישראל חיים מנשה
נאר מתיר געווען די ווערים פאר די פוילישע גויים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבותי: טרינקט געשמאקע ווערעם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext