אזוי אויך האבן זיי א בריוו מוחה צו זיין אויף די כבוד פון ר' מאטעלע אויף די בילד וואס מען האט אריין געליייגט.
נשלח ב-2/1/2009 00:36
די ווישניצער ברענען אויף דער בלאט ווייל ר' מאטעלע האט געשריבן אז ער איז נישט מוחל
בזה ובבא ווער ס'לייגט אריין א בילד פין אים
ס'דערמאנט מיך.
ר' נתן יוסף זאל זיין א גיטער בעטער, האט אמאל געזאגט פאר א בחור אז ער איז אים נישט מוחל
בזה ובבא, האט אים דער בחור געזאגט, מנהל טייערע, בבא האב איך געוואסט אז די ביסט בעה"ב, יעצט בין איך געוואיר געווארן אז בזה ביסט אויך בעה"ב .
אויך ווער עס קען זאל ארויפלייגן די ביילאגע פון "דער בלאט" וועגן שווימער און בית החיים אז אפילו די זאליס וואס פראבירן איינצורעדן אז זיי זעהן נישט דער בלאט זאלן זעהן
נשלח ב-2/1/2009 01:21
ר' מאטעלע האט דאס קיינמאל נישט געשריבן צום בלאט
ער האט עס געשריבן פאר א צייטונג אין ארץ ישראל פריוואט
ער האט נישט מפרסם געווען דעתו ברבים אז צייטונגען טארן נישט אריין לייגען בילדער פון אים
נשלח ב-2/1/2009 06:55
אמת ער האט טאקע נישט געשריבען קיין בריוו צום בלאט נאר צו כל העולם כולו.
איך האלט אז טאמער ר' מאטעלע וועט שרייבן א בריוו צום בלאט וועלן זיי זיכער נישט לייגן קיין בילדער פון אים.
נשלח ב-2/1/2009 07:22
אזוי וואו א "גרויסער" ציבור 'כל העולם כולו' ליינער, ליינען/קויפן נישט דער איד, אפשר איז מעגליך איינער זאל ארויפשטעלן די ארטיקלען וואו דער איד בייזערט זיך.
די וויזניץ'ער שעטלן דער איד און די זאלי די וואך טויטע קללות, זיי שרייען אז נישט גענוג די אהרונים האבן אפגעטאן פאריגע וואך און חוזק געמאכט פון זיי, איצט קומט דער איד און די זאליס און מישן די קאשע און שרייען פאר יעדעם אז די וויזניץ זענען מבוזה געווארן און די שטיין פון די אהרונים איז גוט געלונגען.