איך האב זייער הנאה געהאט פון ר' ה., ב"ה אז זיי האבן פארשטאנען אז מדארף מתקן זיין.
אבער מיט דיין מיינונג בין איך מחולק. די מציאות איז אז רוב חרדישע אידן אין ניו יארק גייען אין די סאטמארע שיטה, למעשה האט ק"מ ב"ה געטוען צו די זאך, און איך האף אז ער וועט אזוי אנגיין, און אכט געבן אויך ביי די נייעס וויאזוי מרעדט וד"ב.
איך האב הנאה פון דעם לינק וואס האסט דא צוגעברענגט פון די היימישע טאליבאנער וואס איך ציטער אויב איין טאג וועט נאך איינער פון זיי למען קדושת שמו יתברך זיך אויפרייסן אין זעלבסטמארד כדי אז די מדינת הציונות וואס האט געמאכט פון די אראבער וואס אין איר היסטאריע איז זי באוואוסט אלס אוהבי ישראל וואס האבן געהארגעט בלויז פון די קריסטן און צורו געלאזט אלע אידן (ובפרט די נטורי קרתא) ביז די ציונים די רשעי ישראל זענען אנגעלאפן און האבן פון איידעלע מענטשן געמאכט זעלבסטמארד טעראריסטן.