די אומדערהערטע פרעכהייט פון אלימלך שטערן!
די וואך האט דער מנבל פיו ווידער אויסגעגאסן די פענע און פארשמירט עטליכע בלעטער אין דער איד מיט זיינע געווענליכע נארישקייטן, שקרים וכזבים, און אומקאנטראלירבארער גאוה אלס זעלבסטגעקרוינטער פאליציי מאן גראד פון גאט'ס האנט.
דאסמאל איז ער אבער אריבער אלע גרעניצן מיט זיין כאראקטעריסטישער עזות און חוצפה.
ער בויט אויף גאנצע בנינים אין דער לופטן מיט פשעטלעך גג על גג וועלכע דארפן אים זעלבסט איבערצייגן אז די שפאנישע רעגירונג פלאנט רח"ל אנצוגיין געהעריג מיט די חפירות, און ווארפט צו דערצו א פאפיר וואס ער זעלבסט טייטשט איבער פון אונגאריש און וואס שטיצט גאר די ווערטער פון די געטרייע עסקנים לשם שמים פון "אדמת קודש" אז ס'איז יא דא א פתח פתוח צו פארהאנדלען מיט זיי.
און אפגעזען פונעם פאקט אז ער איז טייל פון די אייגענע גרופע עקסטרעמיסטן וועלכע וואגן זיך אריינצולייגן אזעלכע הבלים אין דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע כאילו מ'טאר זיך ניטאמאל פארטיידיגן ווען א גוי איז השכם להרגך, טרויט ער זיך צו פאררופן פראטעסטן און מחאות אונטער פארשידענע שלייערן וועלכע נארן ניטאמאל אים אליין קעגן פרעמדע גוי'אישע רעגירונגען מיטן גרעסטן התגרות באומות וואס איז שייך.
[אין אנדערע ווערטער, לויט די טיפשים אויב דער גוי וויל דיך הרג'נען חלילה טארסטו זיך נישט פארטיידיגן ווייל ס'איז התגרות באומות, אבער אויב דער גוי האט דיר שוין געהרג'עט מעגסטו טון אלעס קעגן אים, אויס התגרות באומות...]
כ'וועל ניטאמאל אריינגיין אינעם פאקט אז מורו ורבו, אויף וועמען ער האט תולה געווען אלע זיינע מעשי נבלה די לעצטע 30 יאר, הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל, האט אפן ארויסגעטרעטן קעגן אן ענליכן פראטעסט וואס דער זעלבער נבל האט פאררופן מיט עטליכע יאר צוריק, און שוין דאן האט אלימלך שטערן וכת דילי' אפן און גראב געפיפן אויף זייער אייגענעם מורה דרך.
אבער יעצט האט ער גענומען די חוצפה צו נוצן די ארגסטע לשונות של גנאי קעגן הגאון הישיש משיירי כנסת הגדולה ר' אליקים שלעזינגער שליט"א פון לאנדאן! ר' אליקים איז דער וועלכער שטייט אונטער די אלע פארהאנדלונגען מיט די שפאנישע רעגירונג, ר' אליקים האט אפן ארויסגעטרעטן קעגן די פראטעסטן קלאגנדיג מיט הארץ ווייטאג אז דאס שפארט צו יעדע מעגליכע עפענונג צו געווינען זייער גוטן ווילן, אבער אלימלך שטערן פארשטייט בעסער!
דער חצוף האט נישט מיט זיך קיין איין איינציגן רב אפילו פון זיין אייגענע געמיינדע. ער פאררופט א פראטעסט מיט'ן לעטערהעד פון "התאחדות הרבנים", קיין איין ערנסטער רב טרעט ניטאמאל אויף דארט, און צו פארדעקן זיין שענדליכן דורכפאל שיסט ער זיינע גיפטיגע פיילן אין ריכטונג פון איינעם פון די גרעסטע ראשי ישיבות בדורינו!!!
און דאס אלעס פארוואס?! ווייל "ער" פארשטייט בעסער ווי ר' אליקים, ווייל "ער" האלט אז די שפאנישע רעגירונג וויל סתם פארציען די פארהאנדלונגען. אני ואפסי עוד.
און דאס איז דער זעלבער ר' אליקים וועלכער איז שוין פופציג יאר בראש פון דעם קול ה' בכח, וועלכער איז לאנגע יארן דולה ומשקה מתורת רבותיו, וועלכער ברענגט אריבער פאר אונז און אונזערע קינדער דעם דעת תורה האמיתית וואס ער האט מקבל געווען פון די גדולי הדור הקודם אן קיין שום שינוי.
דער זעלבער ר' אליקים מיט וועמען דער אויבנדערמאנטער חצוף האט יארן לאנג מיטגעארבעט און געהאט די געלעגנהייט צו זען פונדערנאנט די געוואלדיגע פעולות וואס דער גאון האט אויסגעפירט לטובת די בתי חיים אין אייראפע. ער האט פלוצלונג פארלוירן די רעכטן צו טון ווייטער זיינע וויכטיגע פעולות לטובת די ענינים, וויבאלד ער האט געהאט די 'חוצפה' צו טראכטן אנדערש ווי אלימלך שטערן ודעימי'.
איז שוין טאקע נישטא קיין גרעניץ וואס מ'מעג אלס טאן צוליב פאליטיק און בלינדער פאנאטישער גאות?!
 |
|
|