דער שרעקעדיגער טעקסט מעסעדזש און די ליצנות'ן
דער גאנצער אידישער ציבור אין ניו יארק איז ביזי מיט די טעקסט מעסעדזש וואס גייט ארום, איבער די פרוי וואס איז געפארן מיט א מוסולמענער טעקסי דרייווער און זי האט אים געגעבן א טיפ, און וויבאלד זי האט אים געגעבן א טיפ האט איר דער טעקסי דרייווער געזאגט אז זי זאל נישט גיין קיין מאנהעטען די וואך מיטוואך.
לצים פאסמאקעווען זיך מיט דעם טעקסט מעסעדזש און פחדנים שפארן זיך איין אינדערהיים און ציטערן אויפ'ן ערגסטן.
יעצט שטעלט זיך די פראגע: איז דער טעקסטס מעסעדזש א Myth (באבע מעשה), אדער איז עס אמת?
ענטפער: די מעשה איז אן אמת'ע (דאס מיינט עס איז דא א פרוי וואס דערציילט אזא מעשה, כאטש קיינער האט איר נישט געשטעלט פאר א ליי דעטעקטאר טעסט). דער טאטע פון די פרוי ארבעט אין בי ענד עיטש און ער האט באשטעטיגט אז די מעשה האט פאסירט מיט זיין טאכטער.
צי גלייב איך עס?
אבסאלוט נישט! (איך גלייב בטבע נישט קיין קאנספיראציעס)
צי דארפט איר עס גלייבן?
איר וועט נישט גיין אין גיהנום אויב נישט, און קיינער וועט אייך נישט צאלן פארגיטיגונג פאר'ן ליידן אומזיסטיגע שרעקענישן, אויב יא.
|
|