בית פורומים כל העולם כולו

אנטשולדיגטס מיר אהרונים, איך ווער א זאלי!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2009 17:18 לינק ישיר 
אנטשולדיגטס מיר אהרונים, איך ווער א זאלי!

איך האב יעצט אפגעליינט דעם בלאט פ' ויחי, די אלע דברי מחאה הנאמרים בצדק וביושר, פון די סאמע העכסטע "זקני תלמידי רבינו זכותו יגן עלינו", און איך בין געקומען צו אן החלטה אחת ולתמיד זיך צו געזעגענען פון די אהרונים!

פארוואס פאר א גוט יאר, ווען משה רבינו האט געגעבן די לוחות מיט די תרי"ג מצות פון הקב"ה צו אידישע קינדער, מוז איך יעדן טאג זיין דער זעלבער איד? איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איך מוז נאך אלטס עסן עכט כשר פלייש און נישט ממליחה ואילך ווי א "געבראטענער זאלי"? פארוואס מוז איך א גאנץ יאר זיין ביי די זעלבע מיינונג אז וויליאמסבורגער גאסן זענען יא א רשות הרבים אדער נישט, פארוואס זיך נישט לערנען פון די זאליס, אז ניסן אייר סיון תמוז אב אלול איז עס א רשות הרבים און מ'טאר נישט טראגן און מחלליה מות יומת איז פון די קלייניגקייטן אויב מ'איז אויף דעם עובר, און תשרי איז עס מותר?

פארוואס ווען איך וויל גיין אינמיטן טאג און קוקן שיקסעס און טיאטער טאר איך נישט, און ביינאכט ווען איך גיי צו מיין שיעור מעג איך "לכתחילה" מיטהאלטן אלע געמיינע תואבות ווייל איך האב א בוים צו מיין רעכטע האנד..

לענינינו, קען מיר איין אהרוני מסביר זיין פארוואס מוז איך אריינהייבן, חודש איין חודש אויס, א מחאה פון יעדע אנגעווייטאגטע איד - וואס איינער דערפון איז מודה אין זיין דרשה אז מיט "חושן משפט" בין איך נישט באקאנט - יעדע שטיק צייט, און ווען די זעלבע עבירה ווערט אפגעטון צו מיר, נעמט מען איין א מויל אנגעפילט מיט ווערמדיגע וואסער און מ'מאכט א שווייג? פארוואס?

פארוואס מוז איך בלייבן מיט א פסק פון מיין רבי'ן דער בעל דבר יואל זי"ע בנוגע ציונות, פון א פסק פון מיין רבי'ן בעל ברך משה זי"ע בנוגע כמה פסקים והדרכות פריוואט און ברבים, לאמיר למשל אנכאפן דעם סקול דיסטריקט, פארוואס מוז איך בלייבן מיט די זעלבע אלטע מאדישע פסקים? פארוואס אויב איך האב א שונא אין איך וויל מיך מיט אים אפרעכענען פארוואס זאל איך נישט קענען זאגן אז דער מוסד ווערט חזיר טריף, ווי אלע נארמאלע זאליס טוען? פארוואס טאר איך נישט גיין צו בג"ץ ווען איך האב א קישקע אין ווילאמסבורג וואס וועט מיר דאס מתיר זיין לכתחילה?

מיט איין קליינעם טויש, פון אהרוני צו זאלי, בין איך א פרייער מענטש, איך בין ערליך אפי' איך זעץ איין בחורים אין תפיסה, איך בין א חסיד אפי' איך קום נאר צו די "פיקטשער טיש", איך בין נארמאל אפי' איך לייג מציבות מיט א העליקאפטער..


אהרונים, גאד ביי, סי יא נעקסטע וואך ווען עטס וועטס ענק ברעכן קאפ וויאזוי מ'דרייט זיך ארויס פון נאך א רב וואס האט פריש מוחה געווען







דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 17:27 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 18:48 לינק ישיר 

צידערזאך
ווי וועסטי זיין צי געפינען אויף הייד פארק אינאיינעם מיט יוסף90 אדער דאהי ?

אין ווי וועסטי זיין הושענה רבה וכו' ?

קענסט שוין שעלטען אין ניבול פה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 20:27 לינק ישיר 

צי דערזאך ליידער א גוי רעד אזוי.

דים פין קרית יואל האט געזאגט אז חם באטרעפט פינקט ווי זאלי,חושבנא דדין כחושבנא דידן.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/01/2009 20:39:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2009 20:28 לינק ישיר 

צידערזאך

איין ווארט צי דיר
צידערזאך!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2009 20:37 לינק ישיר 

גאנץ גוט געשריבן.

אזוי ווייט האבן ענק הנאה פון דעם אשכול אז פאריגע וואך איז עס שוין ארומגעפארן אין אימעיל פון איינעם צום צווייטן.

איך האב גראדע געוואלט ארויפשטעלן אזא סארט אשכול:

זיך טוישן פארטייען פון ארוינים צו זאלוינים אדער פארקערט הייסט זיך שמד'ן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2009 05:57 לינק ישיר 

מקען נישט ווערן א זאלי  מדארף זיין אין די בלוט  א דעפרעסטער  ברוגז אויף די גאנצע וועלט   גרוש  נישט  האבן פרנסה   אנטי עסטעבלישמענט    איבערפארפרומט וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2009 16:43 לינק ישיר 

מאדנע
ענק זענען די טשעמפיאנען פון מלעיג על דברי חכמים און אפפרעגען אלעס וואס רבוה"ק האבן אונז געלערנט, אפילו זאכן וואס ענקער הגה,ק אליינס האט כסדר געשריגן און געקוויטשעט, און יעצט דארפסטו נעבעך טוישן דיין הויט?

אדרבא, אויב דו ווילסט טוישען דיין מיינד יעדן טאג לויט ווי די פאליטיק בלאזט האסטו ניש קיין בעסערע אדרעס ווי הגה"ק מצאנז "קאורט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנטשולדיגטס מיר אהרונים, איך ווער א זאלי!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext