בית פורומים כל העולם כולו

פאשקעעווילן היינט אויף די וומ"ס און ב"פ גאסן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2009 22:31 לינק ישיר 
פאשקעעווילן היינט אויף די וומ"ס און ב"פ גאסן


ווייסט איינער וואס דאס איז????






דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/12/2009 00:50 לינק ישיר 

איך זעה אז דער מסור הערש מילך זילבערמאן פון וואלאבאוט האט היינט גיהאט א וואוסטע מפלה:

http://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2009/2009_29514.htm

כן יאבדו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 06:10 לינק ישיר 

איז עס אמת ווי איך הער לאזט מען נישט אריין דעם מסור הערש מיילעך זילבערמאן אין כמעט קיין שום בית מדרש אין וויליאמסבורג אחוץ ביהמ"ד האניפאלי וואס ווערט געפירט דורך ר' מאיר שנעעבאלג וואס  ער פייגערט נעבעך פאר א מתפלל נאכן זיך צוקריגן מיט א דריי פערטאל בית המדרש
קען דאס איינער קאנפירמען??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2009 07:09 לינק ישיר 

ייש"כ רעדעדיג פאר ווייזען דכם ארגינעלין פס"ד חלקי וואס איז יצא סרכו בהספדו.  ביי בי"ד איז באוויזען געווארען אז שימאן האט ערהאלטען א מארדגעזש פון די מוסדות אויף זיין חוב.  פארוואס טוט שימאן נישט פארקלאזען ?
ע"פ הלכה איז נישט דא קיין חיוב אויף איין ערב צו באצאלען נאר ווען עס איז אום מעגליך צו קאלעקטין פון דעם לווה?  פארוואס איז בי"ד אויב אזוי מחייב דעם ערב ווען דער לווה (קלויזענבערג) האט צענדליגער ליידיגע לאטס אין ב"פ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2009 06:50 לינק ישיר 

מה נאמר מה נדבר.
אזוי זעהט עס אויך.
אין אישית האב איך שוין באקומען סטראשעס און טעראר פין אפאר קלויזעבורגער תינוקות שנשבו. נעבעך נעבעך.
בעיקר איז א רחמנות אז זיי רעדען זיך איין זיי וועלען אהנקומען מיט זייער טעראר.


און צום ענין.
און ווייסען מיר אז אין די תורה שטייט אז שמיטה אין משמטת כספים, מען דארף נישט באצאהלן קיין חובות.
דא האט דער בי"ד שבט הלוי מחדש געווען אז זעקס חדשים איז משמט, גייט אדורך זעקס חדשים, מוזען די מוסדות נישט באצאהלען, וויי געוואלד, און אז מען פאלגט נישט זייערע "חידושים" גיט מען ארויס א סירוב.

אוי נא לנו כי חטאנו, אז מען האלט שוין בעקבתא דמשיחא, און די דיינים האבען אזא פנים, אז זיי שעמען זיך שוין נישט מיט זייערע קורופציע, און גייען אהן און פילען שוואנג לעיני כל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2009 04:23 לינק ישיר 

מורי ורבותי
קודם מוז איך אפגעבען א שבח והודיה לה' אז ענדלעך קומט דער אמת ארויף אז נישט נאר סאטמער זענען די בעלי מחלוקת, אדרבה! די קלויזענבורגע זענען פיל מיט רשעות הגויים און וועלען טוהן וואס אימער ווען זיי ווילן שלאגען!!!! הכר נא למי החותמת והפתילים האלה
יעצט צום פוינט, קוקט אלע אויף דעם ערשטן "פסק דין חלקי" (כ'האב געלייגט די הענט אויף איינס, אבער עס האט אויסגעמעקט געוויסע נעמען - ואתכם הסליחה) וואו אלע זענען מודה קלאר אז דאס איז חוב פונ'ם מוסדות, ואין חולק ואין מחלק ע"ז. די גאנצע שאלה איז נאר אויב די מוסדות וועט ח"ו נישט באצאהלן, צו דער זילבערמאן'ס זענען עפעס שילדיק צו נישט
ועליכם קלויזענבורגע אקרא: שעמטס ענק כאטש מיט ענקער רשעות, ווייל קלונכם מתגלה ברבים, עס וועט ענק גארנישט העלפען דא, מיטן זיך פארענטפערן ווערט עטץ נאר מער צו שפאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2009 01:58 לינק ישיר 

באקומען אין אישית

איך האב נישט גענימען קיין שטעלנוג, איך באקום צענדליגער אין תיבה אישית איך וויל דא קלאר זאגן איך האב נישט גענימען קיין שטעלנוג.  


 

א גוטן,

איך ווייס נישט אויב די אלע מעסעדזעס וואס די באקומסט אין אישית איז פון איין מענטש אדער פון מערערע מענטשן, אבער איין פלאץ זעה איך "" און אין א צווייטע פלאץ האקט מען אויף דעם הערש מיילך ווי אויף דעם ערגסטן וואס קוקט אויס ווי פון איינער וואס נעמט יא א זייט.

למעשה ווי אזוי ס'זאל נאר זיין, זעה איך אז די באקומסט אינפארמאציע נאר פון איין זייט (אדער איגנארירסט די פשוט די צווייטע זייט).

למעשה לאז וויסן פאר דער וואס שיקט דיר די אינפארמאציע אז די צווייטע זייט האט אויך אסאך ארויפצולייגן וואס זיי האלטן זיך צוריק ווייל ווי נישט ווי זענען זיי דאך חסידים און דאס וועט ברענגען גאר ווייניג כבוד פאר קלויזענבורג, פרעג אים צו ער וואלט געוואלט מ'זאל לייגען די צווייטע פאשקעוויל וואס איז געווען פארשפרייט די וואך.

יעדע זאך האט א פרייז, און אז מ'שיסט דארף מען זיין גרייט צוריקצובאקומען, די פאלעסטינע האבן געשאסן כאפ'ן זיי צוריק, ביי דעם איז נישט דא גערעכט און נישט גערעכט, מ'קען זיך טענה'ן אהין און צוריק יעדער האט וואס צוריק צוזאגן, אדער וועט איינער בלייבן גערעכט, אדער נישט אבער ס'איז אייביג בעסער ווען מ'דארף נישט צוקומען צו דעם בכלל.

ביטע שיק די מעסעדז פאר יענעם אין אישית, ס'קען ווערן געשיקט אין מיין נאמען, און טאמער ווייסט ער נישט ווער איך בין זאג אים אז איך בין גרייט זיך צו אידענדיפיצירן מיט מיין אמת'ן נאמען.

ניין! איך נעם נישט קיין זייט אין די מחלוקות, איך פערזענליך האלט אז ביידע צדדים זענען נישט גערעכט זיי האבן ביידע געטוהן געפערליכע עוולות, אבער צו גיין באשמוצען א מענטש אויף אזא נידריגע וועג, נאך דערצו ווען ער שטייט היינט צו פירען א קינד אונטערן חופה, אוועק הרג'נען א שמחה, אוועק הרג'נען א משפחה, מיט וועלכען היתר קען מען צאפען יענעם'ס בלוט, דאס ווערט נישט דערמאנט אין די בריוו פון בי"ד.

אז די ווילסט קענסטו אריינלייגן מיין מעסעדז אונעם פורום אבער דארט וואלט איך נישט געוואלט לייגען מחט מיין נאמען.

און פון דיין זייט וואלט טיך דיר געבעטן אויפצוהערן שרייבן אין די נושא, און אויך בעטען פון די מנהל אויסצומעקען דעם אשכול.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/1/2009 23:47 לינק ישיר 

באקומען און אישי

איך אלס קלוזענבורגער חסיד שוין פאר איבער פופציג יאר
איך כהאב ביז איצט נישט געוואלט שרייבן אבער אז באראפארקער האט אנגעהובען וועל איך ענדיגן
די טרור וואס גייט פאר אין קלוזענבורג אז אויב איינער טראכט נאר אנדערש אפי' במחשבה איז זיין בליט מותר פאר יעדן והא לך ראיה דעי פרשה
 וואס און הארץ האלטען אלע עלטערע אידן מיט מיט די צוויי  חשובע ברידער אבער מען ציטערט צו גיין אקעגען די אינגעלייט אזווי באראפארקער האט שוין פריער געשריבן
נאכאמאל אין נאכאמל זיי זענען געפאלען א קרבן צו די קלוזענבורגער מוסדות זאלן די אלע וואס האבן טענות צו די זילבערמאנס גיין מיט א שיבודא דר' נתן צו די קלוזענבורגער מוסדות וואס קומען פאר זיי אן א שיעור געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2009 21:55 לינק ישיר 

the prev. msg is for patrson and all his stupit fans............i hope you will got it deep............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 21:47 לינק ישיר 

im sorry i just got a msg  that  i did not write out the whoel name       its rabbi lipa silberman i think your ................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 20:14 לינק ישיר 

עס מוז אויך ארויסגעברענגט ווערען, אז אין קלויזענבורג (ב"פ) איז דא אינגעהוירע אלימות און דראהונגען אויף יעדער וואס גייט אוועק, באבוב און סאטמאר קומען נישט צו זייער קנעכעל.

עס פארציילט מיר א איד גראדע א וויזניצער חסיד פין מאנסי, אז ער האט געהאט חתונה געמאכט א אייניקעל, און און מיטען א שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין קהל חסידים, קומען אריין צען בחורים צו אינגע אינגעלייט פין קלויזענבארג דב"פ און זיי האבען פשוט געמאכט קולות וברקים אויף דעם מחותן, מבזה געווען, און צושטערט די גאנצע שבע ברכות.

דאכט זיך אז א מעשה אלימות בכגון דא, קומט נישט פאר אין קיין שום אנדערע פלאץ, איך וואלט מורא געהאט צו גאראנטירען פאר בעלזא אין די גוטע צייטען, אבער אויסער דעם, איז דאס בל ישמע.


ממילא ווען מען האט צוטוהן מיט אזעלכע חברה, איז די בעסטע צו זיין א מוסר דינו לשמים, יבא בעל הכרם ויכלה הקוצים מן הכרם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 20:06 לינק ישיר 

Mr Patterson, your source is giving you all the names from unemployed people and people with shulem bayis problems who were looking to take advantage from H.M.Z. like herzog...Ackerman who doesn't pay his maintenance fee and everyone in the building has problems with him... It's interesting that he left out one name Lipa S. Maybe it's a relative of his?i

I just got the information that he gave over the aliya to an out of town family member




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 19:32 לינק ישיר 

שמעו נא המורים יושבים על מדון כבוד ביד"צ של הייד פארק המעטירה בראשות הגאונים והצדיקים כ"קמיראן הגאון פאטערסאן העוור בעיני השכל והחכם בדומה לו לאגיש שליט"א.
מעשה שהי' כך הי':
איש אחד הי' בעיר ב"פ יע"א ושימאן (הגדול) שמו. הוא נשא אשה בת אחד שהיו לו רק שתי בנות.  והשם ברכו בעושר גדול. ויהי היום ואחות אשתו של שימאן מתה - ברוך דיין אמת.
שימאן נתן עיניו ברכושו של חמיו לבל יהי חולק עם יתומי האחות המתה והוציא מתחת ידו קרוב למליון דאלער בהתנכלות לטהרה. שימאן (הקטן) לווה מאחיו כמו מאה אלף.  הוא לקח כמו שמונה מאות "ולווה" למוסדות קלויזענבערג בהנהגת המנ"כל הרב זילבערמאן.  הוא לקח הכסף בנקי כפיים לתועלת המוסדות.  אחר זמן מה בא שימאן ובקש מאת ה.ל.ז. כתב ערבות אודות הכסף באמתחת המוסד.  ה.ל.ז.בתמימותו נתנו לו על סך הכל כמו 850,000.  אחר עבור זמן מה תבע ש. את פקדונו.  המוסד התחיל לשלמו עד שנשאר סך ערך   450,000  .  אז באמצעות האדמו"ר ניתן לו אפותיקו(MORTGAGE) על זה הסך הנשאר והכל היו שמחים.  המוסד נתן לש. תשלומי חלקי.  בא היום והמוסד פסק מלשלם בטענת אין לי או בלי שום טענה.  אז החליט ש. להזמין את האחים זילבערמאן לדין. ש הגדול הבטיח לש הקטון באם יוציא חובו מז. אז ימחול לו על חובו.  כמו ישראלים כשרים עמדו לדין וחתמו בקאג"ס כמו אידיאטען כשהרב אמר להם שכך הם מחוייבים לעשות.
עכשיו הטענות:
ש   הא לך שטר חוב של 850,000 ותן לי תשלומין
ז.   קבלת תשלומין מה שהוא נגד החוב
ש.   כלום
ז.  יש לך עוד שטר על זה החוב
ש.  לא
ז.  הוכיחו בראיות ברורות שזה השטר הי' לערבות ולא הלוואה
              שכבר קיבל יותר מ500,000 כתשלומין
              שקיבל אפותיקו על חוב הנשאר בזמן האפותיקו

אחר דין ודברים והוכחות וראיות ברורות הודה ש.  שכך היתה רק הי' לו אמניזיא אודות קצת מהפרטים שהם נגדו.  הבי"ד הסכים ע"ז וכתב פס"ד חלקי.  ובתוך הדברים:
חלק גדול מהחוב/פקדון כבר קיבל שימאן
חיובו של האחים זילבערמאן הוא רק בתורת ערבות
על שימאן מוטל לשכנע האדמו"ר שיסדר חובו לבל יהי' חילול השם
ובעצם הסכום נדון אותו לאח"ז
כל הנ"ל הוא בכתב יושר דברי אמת כתוב וחתום מכת"י הדיינים וחתום ע"י ספרי דדיינא
בסיום הדין הפכו הדיינים פניהם כשולי קדרה וחייבו הדיינים האחים ז. ביותר מ500,000 בלי שום נתינת טעם וריח.  וע,ז כתבו הסירוב כששאלו האחים ז. האיך דנתנו.
עכשיו רבותי דיינים מומחים דינו לבקר משפט.  והאי לכם כמה פרפראות:
א.  אסור למלוה לתבוע  ולגבות מערב קודם שיעשה כל צדקי לגבות מהלווה
ב.  כשהלווה הציג אפותיקי לטובת המלווה פסקה חיוב הערב והלווה צריך לתפוס האפותיקי עבור תשלימי חובו.
ג.  שימאן (הגדול) הוא מאשקא של האדמו"ר
ד.  האחים זילבערמאן התחברו להאדמו"ר מא"י
עכשיו דעו וראו מי הצדיק ומי הרשע מי הגזלן מי הגנב מי השקרן מי הדובר אמת מי העושק ומי הנעשק מי המעוות הדין מי הכופר בחי עולמים.   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 18:21 לינק ישיר 

Hey LOGISH.  Your logic is a little warped.  We are dealing with this incident and I am not familiar with any other.  Hey you wana judge from other incidents?  Then this Bais Din are a bunch of ....... I dont want to say it.  They have a whole Kipa shel Sherutzim behind front and center and I don need to elaborate any more.  For the info of ya all I am still going to post the whole protocol of the so called din torah, blow by blow,  and Logish, Rotzer, Patterson, Boroparker, Baachi, Redendik etc can form a BD of 71 Yoshve Krunois and judge for us all.  At that point the crime of this bais din will stick out like a sore thumb



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2009 07:59 לינק ישיר 

ראצער! יגדיל! וכל שם וחניכי דאית ליך...
GET TO THE POINT PLEASE!!!

דאס איז נישט קיין קלויזענבארגע אישו!

זיי מוחל און פרוביר צוענטפערן פרשה ביי פרשה!! וועם גייט אהן וואס דער קלויזענבארגער האט אויף אים געזאגט??

ווי קאמיש איז וואס PROD2 צווישן די שורות:
at least in this incident.
THAT SPEEKS VOLUNE! LOUD!! AND CLEAR!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/1/2009 07:13 לינק ישיר 

שמעו נא המורים
כבר הוא באמצע הלילה ולא אברא לילה אלא לשינתא. אל תבלו הזמן בשתויות ולשון הרע לכו אל:
www.toratapes.net
שמעו ותחי נפשכם
האיש וואזנער הוא גזלן מוחלט בלי שום ספק.  ידוע הגעשיכטע של ראזענגארטען מבאבוב עם משמרת סתם.  הוא (וואזנער) הציג את ראזענגארטען ערום.  ואח"כ נודע שוואזנער הי' שותפו של גרינפעלד בעסק משמרת סתם.  ואפר שגם כאן הוא משותף עם הכ"ק אדמו"ר או עם שימאן או ..........  וויי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאשקעעווילן היינט אויף די וומ"ס און ב"פ גאסן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext