בית פורומים כל העולם כולו

גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2009 00:29 לינק ישיר 
גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק


באקומען און אישית:
 

ביטע שרייב קעפל: גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק

שרייב אינעווייניג: בבקשה להדפיסו ולהפיצו בבתי מדרשים של השכונה


די פראבלעם איז אבער אז עס איז א PDF דאקומענט פון 12 בלעטער, קען מיר איינער זאגן ווי אזוי דאס ארויפצולייגן?




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/1/2009 06:09 לינק ישיר 

Baachi כתב:
איך אליינס ארבעט אויף מיר אז איך זאל גלייבן כאטש 80 פראצענט וואס איך זאג

איך מיין ביי שמע ישראל, און ביי אני מאמין, מי יתן והיה 


א נער זאגט אויך אמאל א גוט ווארט, א שקרן זאגט אויך אמאל א אמת ווארט, א לץ זאגט אויך אמאל א ערנסט ווארט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2009 04:42 לינק ישיר 

קונצן

דו האלטס מיט מיר 100 פראצענט WOW! דאבל WOW

איך אליינס ארבעט אויף מיר אז איך זאל גלייבן כאטש 80 פראצענט וואס איך זאג

איך מיין ביי שמע ישראל, און ביי אני מאמין, מי יתן והיה 

פאר דברי חיזוק לאמיך דיך מזכה זיין מיט א הייליג ווארט פון ר' צדוק.

איל האב דורל געבליקט דעהם בלעטעל פון דעם פתי נטרוניתא, פאטשקעט ער ארום מיט דעהם פסוק
 "והוא לא תצלח" וואס סשטייט ביי די מעפילים.

לייען א ווארט ותחי נפשך


מו) לרשע אמר אלהים מה לך לספר חוקי (תהלים נ' ט"ז). ועל דבר זה ידוו וכו' כי העובר על דעת סופרים נקרא רשע כמו שאמרו ביבמות (כ'.) אבל על זה אמרו הקדמונים מאמר חז"ל (פסחים פ"ו ע"ב) כל מה שיאמר בעל הבית עשה חוץ מצא. ולא לחנם כתבה תורה ענין המעפילים בפרשת שלח אשר כבר האמינו בדברי משה ולמה לא שמעו לו בזה שאמר להם אל תעלו וגו' אלא שהם חשבו שזה בכלל חוץ מצא:
ועיין בזוהר (ח"ג ק"ס.) המליץ כל ענין מרגלים על התורה והיה העונש שלא ישיגוה, ועל זה העפילו לעלות אף נגד רצון השם יתברך כמו שאמרו ז"ל (סנהדרין ק"ה.) חוצפתא מלכותא בלי תגא [ולמדוה מבלעם שאחר כך הסכים השם יתברך. כי בלעם נסתכל עד עקבתא דמשיחא, ולכך ידע סוד זה] פירוש כידוע מלכות הוא כנסת ישראל וכתר הוא שורש רצון השם יתברך ורצה לומר ממשלה מעצמו בלי רצון הרוצים. והתקרבות כנסת ישראל מעצמם. והם לא הצליחו בזה מפני שאכלוה פגה כמו שאמרו ז"ל (סוטה מ"ט ע"ב) בעקבותא דמשיחא חוצפא יסגא, שאז הוא העת לזה [ולעתיד נקבה תסובב גבר ואין כאן מקומו] ולכך אמר להם משה והיא לא תצלח, נראה שעצה הוא אלא שלא תצלח ודייק, והיא שבכל מקום דרשו ז"ל היא ולא אחרת, שיש זמן אחר שמצליח והוא זמנינו זה שהוא עקבי משיחא עכ"ל

דו וועסט בוודאי באלד זעהן איין עדות איש מפי אשה מפי עבד ומפי קטן אז ער האט "חוזר" געוועהן.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/1/2009 04:30 לינק ישיר 

נארמאלער

א שקויעך גדול פאר די טירחה,אבער ביי מיר ארבעט עס עפעס נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/1/2009 03:57 לינק ישיר 

העכער יעדע תגובה איז פאראן א רינגעלע וואס אנטהאלט דעם סימבל: " (זעה בילד)
ווען דו וועסט דרוקן אויף יענעם קנעפל וועט זיך עפענען א תגובה מיט יענעמס ווערטער, און פון די ערשטע [QUTE] ביז די צווייטע [QUTE] גייט אריין אינעם ווייסן באקסל.
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2009 03:40 לינק ישיר 

נארמאלער

איך פארשטיי מיך נישט פארוואס זאלסטו מיך וועלן צוריק אטאקירן, דו פארשטייסטיס דאך נישט וואס איך זאג, אפשר בין איך מסכים מיט דיר?

פסדר, איך וויל פארשטיין וויאזוי דו האסט ארויף געפעיסט (געקלעפט) מיין גאנצע תגובה אין דיין תגובה אריין?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/1/2009 02:33 לינק ישיר 

איך וויל דיר ווען גערן צוריק אטאקירן, אבער.. לא מצאתי ידי ורגלי... ס'נישטא אויף וואס צו ענטפערן.

איבער די ווייסע באקסל פרעג איבער קלארער, כוויייס נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2009 01:26 לינק ישיר 

1נארמאלער

אנטושלדיג מיר טייערער, איל האב דורך געליינט דיין תגובה זיבן מאהל  ולא מצאתי ידי ורגלי,
איל האב שוין געמיינט אז איך קאלעך ח"ו,
ביז דער רבש"ע האטי מיר חונן דעת געוועהן,

דיין תגובה איז געוואלדיגער רעפ ניגון. איך האב עס געטרייט, סאיז א גלונגענע ארבייט
גיב עס פאר מתתיהו,
פאר ליפא'ן איז עס שוין צו סאפיסטיקירט.

די לעצטע מעשה מיט'ן שווארצען בן מלך, האט מיך אבער פארעקעלט.
פארפאלען איך גלייך זיי נישט, נישט חמ'לע און נישט זיינע בנש"קעס.

איך מיין זאלסט עס טושען פאר א פארטאריקאנער

אבער קיעפ איט אפ, דו האסט דארט באגראבן ערגעץ א טאלאנט!

נ"ב ערנסט גערעט. איך האב דוקא יא איין ערנסטע פראגע אויף דיין תגובה.













וויאזוי מאכסטו אזוי שיין דאס ווייסע קעסטעלע? איך מוטשע מיך שוין אזוי לאנג דאס אויסצוגעפונען.

 

תוקן על ידי - baachi - 13/01/2009 1:33:40

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/1/2009 00:03 לינק ישיר 

Baachi כתב:


אלזא
 האלטסטו אז אידען זענען זיך אליין שולדיג פארוואס מען האט זיי פיינט.

אנדערש: די ציונים זענעו אליין שולדיג אויף די אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן אין א"י.

דו האלטסט נאר דעהם אין אין איינציגען אנטיסעמיטשען בלבול?

די איינציסטע וואס אפאר אפיקורסים האבן מיט די אייגענע הענט גורם געווען פאר גאנץ כלל ישראל.

וואס הערט זיך מיט די בלוט אויף די מצות? האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר קוב"ה
פראטאקלן פון ציון? האט מען זיך מוסר נפש געווען פארא קוב"ה
שענדן דאס הייליגע ברויט? האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר קוב"ה
געהאנגען דעם גאט? האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר קוב"ה
מאנס דעוועהן מאריא? האט מען זיך מוסר נפש געווען פארא קוב"ה
כיבוש המדינה: האט מען זיך מוסר נפש געווען פאר "כוחי ועוצם ידי" און פאר העברת פי ה'

 
אז דו ווילסט זיין איין אנטיסעמיט, טו עס בשלמות,
אנטיסעמיטיזעם איז דאס גאר? כוועל דיר מסביר זיין מיט א משל: סגעווען אמאל א קעניג וואס האט געהאט איין בן יחיד... געווען זענען זיי פון די שווארצע באפעלקערונג, אין א שיינעם טאג האט זיך דער בן מלך פארזינדיגט... ער איז אריינגעשפרינגען אין וואסער! וואס איז דערנאך געשען? די וואסער שטראם האט אנגעהויבן אריינפליסן אין זיין מויל אריין, און סהאט זיך נישט דא אפגעשטעלט, סאיז געגאנגען ווייטער אראפ אין האלז, עס האט גענומען עטליכע מינוט און דער אטעם האט זיך גענצליך אפגעשטעלט, אזוי ארום האט פאסירט דאס אומגלויבליכע און דער בן מלך איז אומגיקומען! אפאר טאג דערויף, קןמט אריין א היידפארק שרייבער אין בילד, א שרייבער האט זיך געטרויעט צו שרייבן דאס פאלגנדע: "דער שווארצער בן מלך האט זיך אליינס געהרגעט, קיינער איז נישט שולדיג נאר ער אליין", זעלבספארשטענדליך אז דער שרייבער איז זאפארט ארעסטירט געווארן, ער ווערט אנגעקלאגט אויף "ראסיזעם"...

שמעתי אז אל שארפטאן זוכט א שרייבער אויף אידיש. . 
 
דיין צעבראכענע אידיש איז אים שלעכט?

איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין נישט דו גייסט אנרופען דעם גראבן  שארפטאנס אפיס   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 20:31 לינק ישיר 

באטשי איך בין מיט דיר 100%

1) די פרייע אידן אי א"י ווי אויך צה"ל זענען סוף כל סוף אינזערע ברידער וואס אויף זיי אלע מעג מען אין מען מיז מחלל שבת זיין זיי צו ראטעווען (פסק פין בד"ץ עדה החרדית פאר הצלה י"ם)
2) זיי זענען תינוקות שנשבו וואס די רמב"ם זאגט אויף דעם אז "מצוה לפרנסם"

איז אוודאי אז מען דארף מתפלל זיין אויף זיי אז זיי זאלען נישט געשעדיגט ווערען אין זאלען ארויס קומען פון דארט בשלום
אויך דארף מען בעטען אויף אחב"י און א"י זאלען מער נישט געשעדיגט ווערען אין נישט האבען קיין צער פין די אלע חאמאס ראקעטען.

און צו די אלע צוהיצטע קנאים,
עס ווינדערט מיר אז ווען עס קימט צו ענקערע משוגעת'ן (ווי למשל צו זיצען אויפן NET) וועט עטץ טרעפען עפעס א היתר אדער א רב וואס עס איז דאס מתיר, אבער ווען עס האנדעלט זיך פין דיני נפשות פין ארום 6,000,000 אידן דאמאלטס ווערט איר פרום אין איר גייט לחומרא, געדענקט רוב גדולי ישראל האלטען אנדערשט ווי ענקער שיטה "ויש על מי לסמוך בפרט ווען עס רעדט זיך בדיני אדם"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 19:59 לינק ישיר 

סקאטא

דאס זענען דיינע לעצטע פיהר תגובות

ביי דיר איז נעגל מיט האר די זעלבע ווי אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן ע"י זדים ומלשינים עוקרי הדת...עד היכן יגענו...

די פארגלייכסט דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה', צו להבדיל א"א הבדלות אט די עוקרי הדת? עד היכן יגענו?


אט די עסקי תבן וקש איז זיכער געווען ע"פ רוה"ק ולעשות נח"ר ולגדל ולקדש שמו ית', וחלופיהן בגולם וואס מ'איז שופך דם ישרא' פאר ענקער פארשטינקענע מדינה'לע...


100% פון די סאלדאטן זענען דארט ווייל די עוברי הדת אהוד אלמורט מיט ציפי ליבני האבן זיי אהין געשיקט, ביי דיר איז דאס דוד המלך מיט רמב"ם'ס, עד היכן יגענו


מעגסט שוין טוישען דעם ניגון 

דיין טאקטיק פון זיך מאכען טעמיש  און אויסמישען משל מיט נמשל, ווערט שוין צוגעגעסן.

אנרגיה

ביזט גערעכט מען האט אונז נישט געפרעגט צו מאכען א מדינה צו נישט, במילא איז דאס איבערהויפט נישט אונזער דאגה. והשנית די אלע וואס האבען געמאכט די מדינה זענען אדער שוין געשטארבן אדער און א מושב זקנים.

באשר הוא שם, וואינען דארטן דער גרעסטער קיבוץ אידען אויף דער וועלט, און די אראבער ווילען זיי אויסהארגענען. איז עס א מלחמת מצוה צו גיין אין מלחמה מיט זיי אין זיי פארטיליגען אותם ואת ביתם ואת כל אשר להם.  ולה' התשועה.

צו אלע אנשי המלחמה זענען ערליכע אידען?
זעהט אויס אז נישט, דער היימישער עולם וויל זיך נישט שלאגן, דאס הייסט שלאגן יא, אבער נישט מיט קיין גויים, סאיז צו מסוכן, זיי זענען אבער נישט איגאנצן קיין פחדנים, מיר זענען גרויסע מומחים אויף ארום צו שלאגן מיט אידען, איינס אין דער וועלט, מגייט צוביסלעך,

איז דאך אסיעתא דשמיא מיט נסים אז די פרייע ווילען זיך שלאגן פאר אונזערט וועגן, איך זאג זיי טויזנט מאהל שקויעך פאר איינשטעלן זייער לעבן פאר אונז.

צו איך פריי מיך מיט זייערע נצחונות? אוודאי געוויס! דו פרייסט זיך נישט ווען דו מאכסט א סעיל! אדער ווען דו געוואונסט א לאטערי, צו ווען די פאליציי כאפט א רויבער וואס האט דיך געוואלט באפאלען?
יודו להשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם.

איך פריי מיך נאך מעהר ווען די אראבער ווערן געהארגעט, באבוד רשעים רנה.

יעצט זאג מיר נאכאמאהל אויף פלעין אידיש, ווי קומט אריין משיח דא אין די פיקטשור?


סקאטאמא

לאמיך ענטפערן אינשטאטס דיר, איך קען שוין דיין סטייל,
 
"דו פארגלייכסט מושב זקנים מיט סיעתא דשמיא, דאס איז ביאת משיח? דאס זענען מושחתים ציונים וואס געוואינען א לאטערי אין שטעלן איין אידיש בלוט, ווי מעג מען זאגן באבוד רשעים רנה?און זאגען מען מאכט א סעיל,  און ווי מעג מען נעמען ווערטערפון הודו בערש"ק און ווי אותם ואת ביתם ואת זרעם וואס די חז"ל הקדושים חז"ל האבן מתקן געוועהן ביי ברכת המזון און אויסדרייען  אויף התגרות באומת, עד היכן יגענו?"

ואמר כל העם אמן..




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 19:31 לינק ישיר 

סקאטא

דאס זענען דיינע לעצטע פיהר תגובות

ביי דיר איז נעגל מיט האר די זעלבע ווי אידיש בלוט וואס ווערט פארגאסן ע"י זדים ומלשינים עוקרי הדת...עד היכן יגענו...

די פארגלייכסט דוד המלך ע"ה וואסי געגאנגען ע"פ השם לקדש ולרומם ה', צו להבדיל א"א הבדלות אט די עוקרי הדת? עד היכן יגענו?

אט די עסקי תבן וקש איז זיכער געווען ע"פ רוה"ק ולעשות נח"ר ולגדל ולקדש שמו ית', וחלופיהן בגולם וואס מ'איז שופך דם ישרא' פאר ענקער פארשטינקענע מדינה'לע...

100% פון די סאלדאטן זענען דארט ווייל די עוברי הדת אהוד אלמורט מיט ציפי ליבני האבן זיי אהין געשיקט, ביי דיר איז דאס דוד המלך מיט רמב"ם'ס, עד היכן יגענו

מעגסט שוין טוישען דעם ניגון 

דיין טאקטיק פון זיך מאכען טעמיש  און אויסמישען משל מיט נמשל, ווערט שוין צוגעגעסן.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 18:49 לינק ישיר 

באטשי

די פרעגסט:
ווי קומט דא אריין משיח אין דעהם בילד? ווייל משיח איז נאך נישט געקומען מעג מען לאזען רוצחים אויסהארגענען יידען?

מיין אנמערקונג איז געווען אז די האסט פארפאסט דעם עיקר פון דעם גליון.

דער פראבלעם דא איז אז די מלחמה גייער דא, גייען נישט אין מלחמה אלץ די הלכה פון נכרים שבאו על עסקי וכו'! זיי האבן נישט געפרעגט קיין שאלות נישט ביים גרינדען די מדינה און נישט יעצט. קען זיין אז יעצט דארף מען יא גיין אין מלחמה, און דאס דארפן תלמידי חכמים באשלוסען, אבער דער גליון וויל אונז דערמאנען, אז אונז זאלמיר נישט ווערן 'עקסיידטעט' פאר די נצחנות (הלוואי) פון די איזרעליס, און מיר זאלן נישט פארגעסען אז מ'האנדלט דא מיט מענטשן וואס גלייבן נישט און קיין תורה, משיח, גאולה און אפילו נישט אינעם באשעפער.

קען טאקע זיין אז אונז האבען זיך דערקייקלט צו אזא נידריגקייט אז דער אייבישטער וויל אונז באהוטען דורך אפיקורסים, און נישט דורך משיח'ן, השם ירחם, אבער דאס, פארשטייט זיך, ברענגט נישט קיין גרויס-האלטעריי, נאר פונקט פארקערט, דאס ווייזט דאך וואו ווייט אוועק אונז זעמער נעבעך פארווארפן און פארשטופט אונעם זומפ פונעם גלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 18:23 לינק ישיר 

100% פון די סאלדאטן זענען דארט ווייל די עוברי הדת אהוד אלמורט מיט ציפי ליבני האבן זיי אהין געשיקט, ביי דיר איז דאס דוד המלך מיט רמב"ם'ס, עד היכן יגענו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2009 18:08 לינק ישיר 

אירגינעלער

" מען האט נישט געקענט ארויס גיין אין קיין מלחמה אן קיין אורים ותומים, אלעס איז געווען ע"פ ה' . "

אונזער תורה האלט אבער אנדערש

רמב"ם הלכות מלכים
(א) אין המלך נלחם תחלה אלא מלחמת מצוה ואי זו היא מלחמת מצוה זו מלחמת שבעה עממים ומלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם ואחר כך נלחם במלחמת הרשות והיא המלחמה שנלחם עם שאר העמים כדי להרחיב גבול ישראל ולהרבות בגדולתו ושמעו:
(ב) מלחמת מצוה אינו צריך ליטול בה רשות בית דין אלא יוצא מעצמו בכל עת וכופה העם לצאת אבל מלחמת הרשות אינו מוציא העם בה אלא על פי בית דין של שבעים ואחד:

ווי האסטו דא אורים ותומים?

די חשמונאים האבן נישט געהאט נישט קיין מלך און נישט קיין אורים ותומים

"די ווילסט טאקע פארגלייכן דוד המלך צי רוצחים אין אפיקרסים, צי די צוינים וואס זייער גאנצע שטרעבן איז אויס צירייסן די תורה  רח"ל. "

פאקט איז אז מען לערנט ארויס פון דוד המלך א הלכה לדורות ווי אזוי זיך פיהרין, דאס איז מחייב אלע אידן אפילו "ציונים".

און צודעהם רעדסטו צוזאמען וויסטע ווילדע פאנטאזיעס. 99 פראצענט פון אידישע סאלדאטן  וואס שלאגן זיך דארט מיינען נאר צו דערהארגענן דעם שונא נישט "אויסצורייסין תורה"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2009 17:51 לינק ישיר 

באטשי
 מען האט נישט געקענט ארויס גיין אין קיין מלחמה אן קיין אורים ותומים, אלעס איז געווען ע"פ ה' .

די ווילסט טאקע פארגלייכן דוד המלך צי רוצחים אין אפיקרסים, צי די צוינים וואס זייער גאנצע שטרעבן איז אויס צירייסן די תורה  רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גליון לא בחיל פון נטרונא הסברה לאור המצב בארה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext