דעמאקראטן גייען אנקלאגן בוש באאמטע?
פעלאוסי האט היינט געזאגט אז די דעמאקראטן פלאנען אנצוקלאגן טייל בוש באאמטע אין פארברעכנ'ס קעגן אמעריקע - אין אנדערע ווערטער מיינט עס אנקלאגן בוש פערזענליך, וועלכער האט דאך אויטאריזירט די דאזיגע אקטן.
אויב אבאמא האט די מינדסטע פירערשאפט קוואליפיקאציעס דארף ער פרובירן מיט אלע כוחות דאס אפצושטעלן, אויסער די פאליטישע שמוץ וואס דאס וועט ווארפן אויף די דעמאקראטן קען עס ברענגען דאס לאנד צו א פאליטישן שטילשטאנד, מיט אומפאראויסגעזעענע קאנסעקווענצן.
די לעצטע זאך וואס אמעריקע דארף יעצט איז א גאסן קאמף איבער זאכן וועלכע זענען שוין געשען.
אויב זי מוז איינעם פראצעסירן זאל זי זיך נעמען אויף די אלע שטיין רייכע ביזנעס עקזעקוטיוון וועלכע האבן גענומען שווערע ביליאנען פון די שטייערצאלער געלטער און עס אריינגעלייגט צו זיך אין טאש אונטערן אויסרייד פון 'באנוסעס' אד"ג.
|
|