בית פורומים כל העולם כולו

מהר"א מסאטמאר פלאקערט אויף די וועלט וועגן יהודי תימן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2009 22:08 לינק ישיר 
מהר"א מסאטמאר פלאקערט אויף די וועלט וועגן יהודי תימן!

דער סאטמארער רבי שליט"א האט פאריגע וואך דינסטאג אויפגעשטורעמט די אידישע וועלט, וועגן די "שואה אין תימן", און האט אויפגעפאדערט אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם, אז יעדער מוז צולייגן א פלייצע צו ראטעווען די תימ'ער אידן.


דער רבי האט געדונערט:

פונקט ווי מ'האט טענות אויף די אמעריקאנער אידן, אז זיי האבן געקענט טאן צו ראטעווען אידן, ביי די צווייטע וועלט מלחמה - וועט מען האבן טענות צו אונז אויב מיר וועלן חלילה נישט העלפן אונזערע תימ'נער ברידער, יעצט !





דעם רבינ'ס ווערטער און מעשים האבן געהאט א קאלאסאלן אפעקט. דער רבי האט זיך זאפארט פארבינדן מיט מערערע רבנים און וועלט פירער. דערונטער כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און געהאט טעלאפנישע פארבינדונגען מיט רבנים און עסקנים אין לאנדאן, שווייץ אין עסטרייך, אנצוהייבן שוין זעען וואס מ'קען טאן צו ראטעווען די אידן.



* היינט, זונטאג קומט פאר די ערשטע אסיפה, ביי כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, מיט פארשטייער פון רב טוב, ווי פלענער ווערן אויפגעברענגט וואזוי רב טוב קען פראבירן ארויסברענגען תימ'נער אידן קיין עסטרייך.



העסקן הדגול המפורסם ר' אליעזר לעוו, קומט ספעציעל קיין אמעריקע, און האט שוין גערעדט מיט'ן רבי'ן איבער די פלענער פון ברענגען א טייל אידן קיין ענגלאנד, ווי ס'איז מעגליך גרינגער צו ברענגען דערווייל.



* פארגאנגענעם פרייטאג וארא האט דער רבי גערעדט טעלעפאנישע מיט סקולענער רבי'ן איבער די פעולות הצלה, סקולענער רבי האט זיך באדאנקט פאר'ן רבי'ן פאר'ן זיין דער ערשטער אויסצושרייען די סכנה פון די תימ'נער אידן. דער רבי האט געבעטן סקולענער רבי צו טאן וואס מ'קען. דער רבי האט אים גלייכצייטיג געגעבן ברכות קדשו. און גלייכצייטיג איינגעלאדן דעם רבי'ן צו די אסיפה וואס ער פאררופט מארגן, מאנטאג בא הבעל"ט.



דער רבי האט אים געזאגט אז ער פארט אי"ה אפ מאנטאג, און וועט זיין אין טעלעפאנישע פארבינדונגען. דער רבי שליט"א האט אים איבערגעגעבן די בשורה טובה וואס ער האט געהערט פון די עסקנים איבער געוואלדיגע שינוי ליטובה, אז די אבאמא אדמיניסטראציע וועט האפענטליך מאכן גרינגער דאס אריינקומען קיין אמעריקע, און דאס וועט בעזהשי"ת זיין א געוואלדיגע ישועה.



* דינסטאג קומט פאר די גרויסע אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר 14 הופער, איבער די פעולות הצלה.





עס שטעלט זיך נאכאמאל ארויס, אז יעדע איינציגע פעולה, האט אלץ דעם ערשטן אדרעס אין קרית יואל!



דער סאטמארער רבי האט אויפגעשאקעלט די וועלט איבער די חתונה תקנות. און היינט זעט מען טאקע אז אלע קהילות קדושות בישראל האבן אים נאכגעטאן.



דער רבי איז געווען דער וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט מיט די מצות מהודרת און מערערע קהלות שליסן זיך אן מקיים צו זיין מצות מצה מיט די אריזאנא / אראגאן ווייץ, וואס האט געוואלדיגע הידורים.



און דאס איז ווייטער דער סאטמארער רבי דער וואס האט די ערשטע אדרעסירט דעם פראבלעם און שוין אנגעהויבן טעלעפאנירן און אנגאזשירן מיטונגען און באראטונגען, און ב"ה מ'זעט טאקע אז אנדערע רבנים און כלל טוען שטעלן זיך שוין צו.



אשרי העם שככה לו!

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/01/2009 16:07:47



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2009 21:06 לינק ישיר 

כשגגה היוצא מלפני השליט

מיט גרויס ווייטאג מוזן מיר מודה זיין אויף דעם פארדריסליכן טעות וואס כ"ק מרן רבינו הגה"צ ר"א ט"ב שליט"א האט געהאט ביי די דרשה לעצטן דינסטיג לטובת יהודי תימן וענין לאנדאן.

ביי די מסיבה האט רבינו שליט"א געזאגט צווישן די ווערטער אז "אמעריקא איז א מלכות של חסד נאר זינט סעפטעמבער 11 לאזט מען ליידער נישט אריין קיין תימנ'ע אידן קיין אמעריקא און דעריבער מוזן אלע אידן פון תימן זיך באזעצן אין לאנדאן.

 

א סטעיטמענט וואס איז געהערט געווארן פון א געוועזענער אפיציר אין די סטעיט דעפארטמענט וועלכער האט גערעדט נעכטן ביי די אסיפה, אז אמעריקאנער רעגירונג האט די לעצטע וואך באשטעטיגט און האלט טאקע אינמיטן פראסעסן די פליטים פאפירן פאר די אידן אין תימן. זיי געפינען זיך ממש אין די איצטיגע טעג אין לאנד תימן און רוב משפחות זענען שוין געוועהן ביי זי אויף א אינטרוויא.

 

די 2 פארשטייער פון לאנדאן, הרב אליעזר לעוו נ"י און הרב אברהם חיים גאלדמאן נ"י וועלכע פירן אן די באקאנטע מוסד עזרת ישראל אין לאנדאן האבן אויך באשטעטיגט אז די ווערטער פון כ"ק אדמו"ר שליט"א זענען נישט לויט די יעצטיגע פאקטן.

נאר רבינו שליט"א האט זיך פארופן אויף ענינים בזכרונו פון די פאריגע יאהרן ווען א טייל משפחות אדער קינדער זענען אנגעקומען קיין לאנדאן.

למעשה איז יעצט א בחינה "איבעית אימא איפוך" ווייל ענגלאנד האט די לעצטע תקופה זיך פאר'עקשנט און נישט געוואלט געבן קיין פלטים וויזא פאר די אידן אין תימן. דוקא אונזער אמעריקאנער מלכות של חסד האט יא אנערקענט אז די אידן אין תימן מוזן באהאנדעלט ווערן תיכף ומיד פאר פלטים. אזוי האבן אויך באשטעטיגט די עסקנים פון רב טוב.

איז מן היושר צו פארעכטן דעם טעות פאר'ן ציבור אז מ'דארף העלפן סיי די אידן וואס ווילן קומען קיין אמעריקא און וועלן למעשה יא קומען. סיי די וואס ווילן גיין קיין ענגלאנד, אויב זיי וועלן גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 22:42 לינק ישיר 


_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 22:42 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 22:41 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected]






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 21:35 לינק ישיר 

יונתן מענצער האט יעצט אנגעהויבן מאכן קולות אויף הערשי רובינשטיין.. זאגענדיג מיר האבן אייגענע פאטאגראפירער... גיי דיר ארויס !

רובינשטיין האט אים געזאגט, חזיר איינער גיי צו עליאט שפיצער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 21:28 לינק ישיר 

גיטזאגער
250 רבנים איז א געוואלדיגע מספר פון רבנים, פון ווי האסטו עס געהערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2009 21:27 לינק ישיר 

יעצט הער איך אז דער רבי האט געבעטן הגאון הצדיק דומ"ץ קרית יואל, ר' אליקים געציל אז אויב ס'איז אים מעגליך זאל ער אהינגיין, כדי לחזק הענין.

און ר' געציל פארט  טאקע אהין בשליחותו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2009 20:29 לינק ישיר 

דער רבי שליט"א האט פון נעכטן גערופן עטליכע גדולי דורינו איבער דעם ענין, און וויאזוי מ'קען זען אז די אקציע להצלת יהדות תימן זאל זיין א סוקסעס.

דער רבי האט גלייכצייטיג אויסגעדרוקט באדויער אז ער קען זיך נישט באטייליגן ביי די אסיפה פון סקולענער רבי, און האט געבעטן מערערע רבנים צו וועמען ער האט גערעדט אז זיי זאלן פראבירן זיך משתתף צו זיין, ווייל ווי מער רבנים ס'וועלן אנוועזנד זיין, וועט עס זיין א גרעסערע כבוד שמים און מ'וועט קענען שאפן מער געלט.

ווי עס קוקט אויס וועלן אי"ה זיין היינט באטייליגט 250 רבנים און ראשי ישיבות און עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן פון בארא פארק, פלעטבוש, וויליאמסבורג און מאנסי און נאך מקומות.

פרטים יבואו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 03:28 לינק ישיר 

פלאקאטן איבער די פעולות וואס סאטמאר טוט איבער תימן פארשפרייט פאר שבת קודש




נאך מודעות




דברות קודש מלהבות אש מאת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
יום שלשי פ' וארא תשס"ט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2009 03:06 לינק ישיר 

ארטיקל אין Ladaat.net

האדמו"ר מסאטמר פנה
לאובאמה למען יהודי תימן

 

 כ"ק האדמו"ר מסאטמר שליט"א, פנה לנשיא ארה"ב החדש, ברק אובאמה, על מנת לסייע ליהודי תימן. הפנייה שנעשתה לנשיא החדש, באה על רקע מצבם הקשה של יהודי תימן, בעיקר לאחר הרצח של הרב משה יעיש הי"ד שנרצח לפני כחודש.

 

כ"ק האדמו"ר מסאטמר שליט"א, פנה לנשיא ארה"ב החדש, ברק אובאמה, על מנת לסייע ליהודי תימן. הפנייה שנעשתה לנשיא החדש, באה על רקע מצבם הקשה של יהודי תימן, בעיקר לאחר הרצח של הרב משה יעיש הי"ד שנרצח בשל היותו יהודי, כך חושף הערב "קו הציבור".

בשבועות האחרונים מסתבר כי תופעת ההתנכלות ליהודים הולכת וגוברת, וקיים חשש ממשי לשלומם של היהודים, שחלקם קיבלו החלטה לעזוב את המדינה במהרה. ביום חמישי האחרון, התקיים דינר מיוחד לטובת ישיבת סאטמר בויליאמסבורג, ודברים נשא במקום גם כ"ק האדמו"ר שליט"א.

בדבריו הפליג בשבח התורמים למוסדות התורה, אך אמר כי ישנו נושא חשוב יותר שהגיע לפתחנו, והוא הצלתם של כ-300 יהודי תימן החיים תחת סכנה ממשית. בדבריו הזכיר האדמו"ר את אשר אירע במלחמת העולם השנייה, כאשר יהודי הונגריה ביקשו את עזרת יהודי ארה"ב ולא היה בידם להושיע. "כעת יש בידינו להושיע, וצריך לעשות כן", אמר האדמו"ר שאף פנה ליהודי אנגליה שיאמצו את יהודי תימן.

 

הסיבה לפנייה אל יהודי אנגליה, היא בשל הקושי להשיג אישורי כניסה עבור ילידי תימן, זאת בשל הקשחת הקריטריונים מאז פיגועי ה-11 בספטמבר. כבר למחרת אותה שיחה של האדמו"ר, נערכו אסיפות בעניין, כשבין היתר הוחלט לפנות לנשיא ארה"ב החדש, ברק אובאמה, ובכל זאת לנסות לבקש את הבקשה המיוחדת עבור יהודי תימן. לצורך העניין כתב האדמו"ר שליט"א מכתב אישי לנשיא והוא נשלח אל הבית הלבן.

 

יצויין כי בימים אלו נערכים דיונים ואסיפות בארה"ב, בהשתתפותם של אדמו"רים ורבנים והכל במטרה לעזור ליהודי תימן ולהעבירם במהרה למקום מבטחים


http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=4246 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2009 02:36 לינק ישיר 

טאמיר יא וועט זיין אין צייטשריפט אן ארטיקל ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/1/2009 02:18 לינק ישיר 

מען גרייט זיך אויף שבת שקלים אויף א סטרויק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מהר"א מסאטמאר פלאקערט אויף די וועלט וועגן יהודי תימן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext