העלפן ראטעווען יהודי תימן
לויט די לעצטע באריכטן פון די עסקנים, דארף מען די תימנ'ע אידן העלפן אויסוואנדערן צו די דעמאקראטישע לענדער ווי זיי זאלן קענען פירן זייערע מסורה ומנהגים בדרך התורה.
ביי די עצרת הגדולה נעכטן אווענט האבן די דרשנים פארציילט אז אסאך משפחות אין לאנד תימן האלטן שוין אינמיטן די פאפירן צו קומען קיין אמעריקא.
וואלט געוועהן א פאסיגע זאך מעורר צו זיין אלע ליינערס אז יעדער זאל אינטער נעמען צוזאמען מיט זיין משפחה צו ספאנסערן לכל הפחות איין נפש פון תימן צו אמעריקא.
לויט די מודעות אין די גאס אז הצלת נפש אחת קאסט בערך 15 אלפים, וואלט געוועהן א פלאן אז יעדער ליינער זאל דא ארויס לייגן א נאמען פון א ראש המשפחה וואס זאל צוזאמען נעמען פון כל בני משפחתו אדער בני החבורה דאס געלד ביז ס'וועט זיין א סכום פון 15 אלפים להצלת נפש אחת.
דערנאך וועט מען לייגן א פלעק פאר די חבורה.
אזוי וועט מען העלפן בעז"ה שאפן אסאך ספאנסערס.
|
|