ער איז דער בעסטער חסידי'שער קלארינעט שפילער אין דער וועלט. ווער עס פארט ל"ג בעומר קיין מירון, ראש השנה קיין אומאן און סוכות קיין מאה שערים ווייסט פון אים צו זאגן. ער נעמט ארויס מענטשן פון די כלים.
ווער ס'האט א געפיל צו מוזיק און צו חסידישע נגינה וועט נתרגש ווערן פון דעם קליפ.
חיליק פראנק נעכטען ביי די תולדות אהרן שבע ברכות אין מאנסי.
תוקן על ידי לאגיש ב- 04/02/2009 17:38:56
נשלח ב-3/2/2009 03:28
מלקות צדיק, ענדע האט אנגעהויבן רעסיסט, מום שבך אל תאמר לחברך. און צווייטענס מיין איך אז דו ביזסט קיינמאל נישט געווען אין די צודרייטע קלאב וואו די איינציגסטע מעלה איז אז "ספעקטרום איז זייער ברייט" אפילו די קאפ איז זייער שמאל און פלאטשיק, די גרעסטע משוגענע אויב איז ער פון די קלאב איז ער קדוש קדוש, און די בעסטע און שענסטע אויב איז ער א חסיד אדער פלעין אזוי א נארמאלע מענטש איז ער שוין גראד אפגעפרעגט
חיליק פראנק הייסט איינע פון די בעסטע קלערינעט שפילערס אין די גאנצע בזינעס, האק דיין באבען אין קאפ אריין מיט די גרעפצעס פון טשאלענט און האלט דיך געזינטערהייט מיט ענקערע משוגעים פון דארט
נשלח ב-3/2/2009 01:05
גאסט, זאלסט מיר מוחל זיין, ווי ס'קוקט אויס האסטו א ניצוץ פון רעיסיסט.
ווען מ'רעדט פון טאלאנטן ווי מאכט א חילוק ווי דער פארשוין שפילט?
אונז רעדן דא צו חילוק איז דער בעסטער צו עס איז דא נאך אזאנע..... פארוואס קומט עם דעם פליק דער ענדע צדיק פון טשולענט וד"ל?
יא, די "שוואכע סחורה" זענען אמאל אויסגעצייכנט און עולם הנגינה, מיר רעדן נישט דא צו די טשולענט קלאב איז פאר אונז צו נישט, סך הכל האבן מיר פשוט אן open debate
נשלח ב-2/2/2009 17:15
סך הכל: דער ענדע צדיק פון טשולענט זאגט אז חיליק פראנק איז איי איי....
וד"ל
נשלח ב-2/2/2009 07:52
בנוגע טשולנט, מיר רעדן מיר יעצט פון טאלענט נישט פון יראת שמים. טאמער וועסט דו נאר הערן די וואס פארן קיין אומן און מירון זאלסט דיר נישט האבן טענות אז איך מאך אוועק דיין מבינות ווייל דיין ספעקטרום איז צו שמאל.
נשלח ב-2/2/2009 07:45
1. משה בערלין טוט זיך אויף מיט חיליק פראנק אז ער איז זיין בעסטער תלמיד.
2. איך האב געשריבן "שירה" נישט המזמרים. "שירה" זינגט היינט ביי אלע נאציאנאלע ארטאדאקסישע צוזאמענקונפטן אין אמעריקע.
3. טשאלנט קלאב... הא? כ'דארף גארנישט מער צולייגן.
נשלח ב-2/2/2009 07:19
איך האב יעצט געהערט די לינקס. הער אויס משה בערלין וואס איז געלינקט אויף יו טיוב. ער איז פיל פאכיק בעסער. שכוח אויך פארן לינק אויף n3.inn. איך האב דער זעלבער ניגון פון א שפילער ד´זאעל רובין און אדרבה געמיר אן אימייל אדרעס וועל איך עס דיר שיקן און לאמיר זען צי דו האלטסט נישט אז ער פאקט אים איין פיל פאכיק. נאר וואס דען ער שפילט נישט אין אומן אין אין מירון און ביי די אנדערע צאמקום פלעצער פון היימישע ´מבינים´ ממילא קער ער זיך נישט פארמעסטן. איז טאקע א פראבלעם.
ועכשיו לגופו של ענין. איך האב נישט געזאגט אז מיר קענען גארנישט נאר אז מיר פארמאגן מיר גאנץ ווייניק. יא עס מאכט זיך א גוטן טאלענט פון צייט צו צייט, איך האב שוין געזען אפאר פון זיי אויפטרעטן אין ´טשולנט´ אויף ליל שישי, און אמאל זעט מען זיי אויף א חתונה, רוב זענען אבער רעש מאכערס. אויף המזמרים האב איך שוין אויך געהערט גרויסע זאכן באט לעניות דעתי זיי סאק.
און ווען עמעצער שיינט שוין יא אביסל ווערט ער באלד א שטערן ווייל ער קען נאכזינגן א מעלאדי אן עס רצחנען. נא, על כגון דא זאל איך אז ער איז נישקשה ענד נאו מאר.
דער חיליק פראנק איז פון די הויפט שפילער אין מירון און אין אומאן. אבער מען טאנצט דאך אזויפיל שעות דארט, נאכדערצו אין מירון, ער איז פארשטייט זיך נישט דארט די גאנצע צייט.
נשלח ב-30/1/2009 06:17
הערליך שיין!
ווען אין טאג קען מען עם זעהן דארטן?
איך פאר סיי ל"ג בעומר אויף מירון אין סיי אויף אומאן ר"ה און איך געדענק נישט דעם פערזאן.
ס'דא איין רויטן לעבעדיקן ירושלים'ער וואס איך זעה אלץ מיטן מייק טאנצן אויפן סטעיזש סיי מוצאי ר"ה און אומאן און סיי ל"ג בעומר און מירון אבער דעם שפילער געדענק איך נישט.