בית פורומים כל העולם כולו

חיזוק מעסעדזש פאר קר"י דירות עסקנים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2009 09:17 לינק ישיר 
חיזוק מעסעדזש פאר קר"י דירות עסקנים!

ענדליך איז שוין דא אזעלכע וואס האבן באקומען קוראזש זיך ארויסצושטעלן קעגן איינע פון די גרעסטע גניבות אין די היסטאריע ביים חרדי'שן ציבור!

סאיז ממש אומגלויבליך, און דורכגעדרינגען מיט א טיפער ווייטאג אז מ'דארף אפילו רעדן פון דעם. אבער די פאקט איז אז אין קרית יואל האבן געציילטע מענטשן זיך באזעצט אויף ממון ודמים פון היימישע אידן, זייערע אייגענער ברודער, און זיי זיצן שוין יארן לאנג אויפען געלט פלעין און פשוט ווייל זיי האבן געוואלט קענען מאכן אפאר דאלער מער אויף יענעמס חשבון.

יעצט ווען די מארקעט איז געפאלן און "ער גייט שוין נישט מאכן אזוי סאך" ווי ער האט געפלאנט פייפט ער זיך פלעין אריין אין די הונדערטער פארווייטיגטע יונגעלייט וואס האבן זיך ארויסגעריסן די ביסן פון מויל נאר וועגן דעם אז ער זאל קענען זיין א שיינער יוד און באקימען כבוד מלכים פארן מנדב זיין "יענעמס" געלט!

די ערגסטע ווייטאג איז נאך אז ס'איז מיט די אפענע און באהאלטענע שטיצע פון די פירערס פון ועד הקרי'!

דאס אליינס אז ממוז קומען אין די צייט פאר די וואלן און סטראשענען, אפילו יעדער איינער ווייסט און פארשטייט ווי קריטיש וויכטיג די מעיאר וואלן זענען, איז די גרעסטע בושה און חרפה פאר אונז אליינס.

איך וויל דא נאר אויסדריקען מיין פריוואטע דאנק און געבן חיזוק פאר די עסקנים זאלן נישט אונטערברעכן און נישט דערשרעקן פון די טעראר וואס מלייגט אויף זיי. זיי טארן נישט אויפגעבן און זענען מחויב אנצוהאלטן ביז יענער וועט מקיים זיין די "והשיב את הגזילה"!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2009 17:49 לינק ישיר 

איך האב נאר געגעבן איין משל בערך פון איינעם וואס איך ווייס. איך אליינס האב גערעדט צו פיר אירע וואס יעדער האט געגעבן א אנדערע סיבה פארוואס ער האט אויסגעקליבן דארט צו נעמען א דירה, אדער עכ"פ צאלן די געהעכערטע פעימענטס.

ענק אלע ווייסן זייער גוט אז א מענטש סעט זיך אריין אין א פלאץ, און א היפשע חלק פון די מענטשן וואוינען שוין היינט אין עצי תמרים, האלט ער נישט ביים אוועקגיין וואוינען. זיי האבן געצאלט שווערע געלטער פאר די לאט, אויב די בילדער האלט עס נישט ביים בויען זאל ער עס אהינגעבן פאר ווער סהאלט יא דערביי.

וועסט מיר מודה זיין אז אלע הונדערט מענטשן ווילן ענדערש בלייבן מיט זייער הויז אויף די פראפערטי און נישט גיין צו די אנדערע עק שטאט?

און יא, סאיז אויסדריקליך ועד הקרי'ס שולד. זיי האבן דירעקט פארקויפט די לאטס אויף א וועג וואס לאזט די בילדערס ארויפציען פרייזען און טוישן קאנטראקטס און זיך שפילען מיט מענטשן ווי חיות רעות, פלעין ווייל זיי "מוזען" האבן דעם גנב יודי גאלדאבערגער אין זייער פאקעט, און ווייל זיי זענען אלעס געזינטע חיות.

(דאנט געט מי ראנג, יענקי סופר איז די זעלבע חי', אפילו אויב ער איז נישט בעסט פרענדס היינט מיט ועד הקרי')



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2009 17:32 לינק ישיר 

ביז אהער כתב

וואס זאל טון איינער וואס זיין שווער למשל וואוינט אויף טעטש, און ער האט דירעקט וועגן דעם גענומען א הויז דארטן (רוב מענטשן וואס האבן גענומען הייזער דארט האבן א ספעשיל סיבה פארוואס זיי ווילען דוקא דארט, יעדער עפעס אנדערש), יעצט דארף ער גיין וואוינען אויף ברך משה? איבער א האלבע שעה ועוג אוועק? אויף די ביטערע שווערע בארג ארויף? פארוואס? פארווען? פארוואו?

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אז לויט מיין אינפארמעישן איז צווישן די 500 דירות פון די גאנצע עצי תמרים געגנט נישטא קיין גאנצע צען אידן וואס מאכן שוין חתונה אז זייערע קינדער זאלן וועלן וואונען פונקט דארט לעבן די עלטערן און נאכאמאל אזויווי שוין פריער ארויסגעברענגט אז די האסט צוליב אנדערע סיבות א אגענדע קעגן וועד הקרי' ס'האט נישט דווקא מיט די דירות צוטון




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2009 17:07 לינק ישיר 

איך וועל נאר איבערפרעגן וואס קישקעטל האט שוין געפרעגט.

"ביז אהער כ'וויייס נישט וואס דיין אגענדע איז דא ווייל וועד הקרי' איז אויסדריקליך נישט שולדיג אין די פרשה ס'האט מיט זיי זילטש און דרך אגב ווען זיי האבן צוגעשטעלט די אנדערע הינדערטער עפארדעבל דירות האסטו זיי יא געגעבן קרעדיט אדער נאר פאר טענות ביזטו דא ?"...

ממש אזוי. וועד הקריה האט צוגעשטעלט א ריזיגער לאט ווי מ'האט געבויעט פאר ביליג הונדערטער דירות פון וואס הונדערטער משפחות האבן היינט הנאה און צאלן ביליגע מארגעדזשעס אדער האבן זיי דאס שוין גענצליך אויסגעצאלט. איך האב נישט געזעהן אז עס זאל קומען עפעס א דאנק אדער חיזוק אשכול פון דיר פאר די עסקני און חברי וועד הקריה.

יעצט ווען עס אז דא א פראבלעם מיט די "בילדער" א זאך וואס האט יעצט גארנישט, גענצליך נישט מיט וועד הקריה, וועד הקריה האט איבערגעגעבן דעם לאט פאר דעם בילדער אז ער זאל קענען בויען פאר ביליג. סך הכל וויל דער בילדער נישט בויען מער דארט, איך ווייס נישט פונקט וואס זיין סיבה איז, מיסתמא ווייל ער גייט נישט מאכן קיין געלט.

יעצט אויב קומט ועד הקריה און פארהאנדעלט מיט די קונים, ס'הייסט, וועד הקריה האט אויסגעהאמערט א אפמאך צווישן דעם בויער און די קונים קומט פאר וועד הקריה "פול קרעדיט", עס וואלט ווען באדארפט צו זיין אז דער ניק ביז אהער זאל עפענען א אשכול ווי ער זאל שרייבן א חיזוק מעסעדזש פאר די וועד הקריה, אנשטאט זיי אראפרייסן.

אגב, די אלע הייזער ארום די עצי תמרים געגענט ווי עס וואוינען היינט מענטשן האט מען געבויעט נאכדעם וואס מ'האט געגעבן די דאון פעימענט פאר די "הקריה" הייזער. אויב האט איינער געקויפט דארט א דירה איז עס פאר די איינע סיבה, ווייל ס'איז ביליגער! עס איז נישט געווען דאן דארט קיין ביהמ"ד (חוץ דברי חיים), עס האבן דארט געוואוינט קוים משפחות, עס איז געווען א אפגעזינדערטע פלאץ.

ס'ארא ליצנות מאכסטו דא פונעם עולם? קיינער האט נישט געזוכט דייקא יענער געגענט, ס'איז נישט געווען פארוואס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2009 16:44 לינק ישיר 

זיסקייט, סארי איך בין נישט דא געווען, אבער די פרוף פאר ועד הקרי' האט דיך שוין צוגעשטעלט מאיר הירש און שקל שלם, די מינוט וואס סהאט זיך אנגעהויבן א טראפעלע פרעשור האט שוין ועד הקרי' גראד געקענט צווינגען דעם גנב צו כאטשיק מאכען א פנים אז ער האלט ביים אפגעבן די גניבה.

שקל שלם. איימסארי אויב איך בין ראנג, אבער נאכן באגאנבענען די אידן וואס האבן שוין דארט פינף יאר אריינגעלייגט זייער ביטער אפגעשפארטע און צאמגעקראצטע געלט, און נאכן אומבארעכטיגט העכערן די פרייז, איז די תירוץ פון געבן אויף ברך משה זייער זייער א שוואכע תירוץ.

ווען איך געב א דעפאזיט פאר א הויז אין קרית יואל דארף איך נישט קיין הויז אין וויליאמסבורג, נישטאמאל אין מאנסי, איך דארף א הויז אין קרית יואל.

וואס זאל טון איינער וואס זיין שווער למשל וואוינט אויף טעטש, און ער האט דירעקט וועגן דעם גענומען א הויז דארטן (רוב מענטשן וואס האבן גענומען הייזער דארט האבן א ספעשיל סיבה פארוואס זיי ווילען דוקא דארט, יעדער עפעס אנדערש), יעצט דארף ער גיין וואוינען אויף ברך משה? איבער א האלבע שעה ועוג אוועק? אויף די ביטערע שווערע בארג ארויף? פארוואס? פארווען? פארוואו?

יודי גאלדבערגער האט שוין באקימען פון די יודען איבער זעקס און א האלב מיליאן דאלער אלעס אינאיינעם, סאך מער ווי ער האט געצאלט פאר די לאט ווען ער האט עס אפגעקויפט, יעצט אויב ער טענהט אז סלוינט אים נישט צו בויען זאל ער איבערגעבן די לאט פאר די קויפערס (מיט וועמעס געלט ער האט עס אפגעקויפט) און זאלן זיי טרייען צו טרעפן א בילדער וואס איז יא גרייט עס צו מאכען!

ווייל דער גנב וויל שארען אין טאש ריזיגע רווחים, און יעצט איז די מארקעט נישט אזוי גינגאלד, און ווייל די גנבים פון ועד הקרי' ווילן מאכן א גרעסערע פראצענט, דארפן איבער הונדערט מענטשן ליידן נאכן אזוי מיאוס באגאנבעט ווערן???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2009 04:03 לינק ישיר 

ביז אהער, אויף אונטערייסן די געטרייע ועד הקרי' עסקנים וואס ארבעטן פאר "דיך" יומם ולילה ביזטו דא געווען, אבער ווען זיי ערלעדיגן ווייטער אויף זייער שטילן רואיגן אופן אזויווי אייביג ווערסטו פלוצלונג פארשווינדען? ביז אהער!

קום און רוף אויס דא פאר יעדעם איינעם אז ר' מאיר הירש האט ערלעדיגט פאר די אלע מענטשן וואס האבן געצאלט די דעפאזיטס אז זיי קענען באקימען א דירה אין ברך משה געגנט פאר די זעלבע פרייז!

וואס ביזטו פלוצלונג פארשווינדען געווארען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2009 21:53 לינק ישיר 

"די ערגסטע ווייטאג איז נאך אז ס'איז מיט די אפענע און באהאלטענע שטיצע פון די פירערס פון ועד הקרי'!"

ביטע ברענג פרוף אויף די ווערטער. עס איז מיר וויכטיג צו וויסן אויב דאס איז אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2009 17:45 לינק ישיר 

ביז אהער כ'וויייס נישט וואס דיין אגענדע איז דא ווייל וועד הקרי' איז אויסדריקליך נישט שולדיג אין די פרשה ס'האט מיט זיי זילטש און דרך אגב ווען זיי האבן צוגעשטעלט די אנדערע הינדערטער עפארדעבל דירות האסטו זיי יא געגעבן קרעדיט אדער נאר פאר טענות ביזטו דא ?

אבער נאך אלץ האלט איך אז זיי האבן געטון א גוטן שריט מיטן ארויס שיקן דעם בריוו ווייל מיט דעם וואס ס'ווערט א איבערקעריניש וועט דער בילדער זיך מישן ברעכן.

כ'הער אז די קונים האבן געשיקט א גאר לאנגן בריוו פון 20 בלעטער ווער עס האט עס ביטע ארויפלייגן (חוץ אויב ס'איז שוין געווארן א סעטעלמענט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חיזוק מעסעדזש פאר קר"י דירות עסקנים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext