ביי די אסיפה איז באשטימט געווארן אז יעדער איד וואס באלאנגט צום יהדות החרדית, זאל זיך משתתף זיין מיט לכל הפחות 100 דאללער צו הצלת נפשות און די וועד ההצלה קאמיסיע פון סקולענער רבי'ן שליט"א האבן שוין אנגעהויבן מיט פעילות ההצלה אין לאנד תימן, טראץ די עקשנות'דיגע שטעלונג פון די דארטיגע בני ישמעא-ל האט מען די וואך שוין מצליח געוועהן צו פראצעסירן די רעפיודשי פאפירן פאר בערך 180 נפשות צו קענען קומען קיין אמעריקא. בעזהשי"ת אין 3 ביז 4 חדשים ארום וועלן די פלטים ענדיגן די פאפירן און קענען אריינקומען אין אמעריקא.
אויך די בריטישע עסקנים פון לאנדאן ארבעטן אויף קעסל און כלים צו באקומען די רעפיודשי געזעץ באשטעטיגט אין ענגלאנד. מ'האפט צו הערן נייעס אין די קומענדע וואכן.
דער ציבור זאל מתפלל זיין אז זיי זאלן מצליח זיין
נשלח ב-1/2/2009 03:50
ווער גייט זיין די ההנהלה ווער גייט קאנטרעלירען דאס געלט
וועט נאכמאל דארפען כ"ק הרה"צ מסקולעני מאנטריאל שליט"א דארפען מאכען סדר
און זאגען אין משנין מצדקה לצדקה
נשלח ב-1/2/2009 05:44
אזהרה, נישט פארדרייען א קאפ. ווער ס'וועט פרובירן צו עקטן ווי אן אהרוני אדער א זאלוני וועט ארויסגעווארפן ווערן.
נישט שפילן מיט די אינטעלידזשענס פון די ליינער.
נשלח ב-1/2/2009 07:35
מיין חבר האט מיר פינקט געזאגט די שבת אז ער האלט אז מ'דארף זיי דארט לאזן וויל ער טענה'ט אז דארט זענען זיי נאך ערליך אין ווען זיי קימען דא מאכט מען זיי פאר קנאים אין זיי פארן אפ.
איך האלט אז ער איז גערעכט אז זיי פארן אפ ווען זיי קימען אהער אבער דאס וואס ער זאגט אז זיי זאלן בלייבן דארט ווייס איך שוין נישט...