איך האב געשיקט אן אימעיל פאר די דירעקטאר און געמאכט ליצנותא דעבודה זרה פון איר.
כ'האב איר געשריבן אז איך פארשטיי נישט ווי איר שכל איז געווען צו נעמען מענטשן וואס גייען שוין נישט אין א סקול זייט די 16 יאר, צו שרייבן א פילם. איך האב איר געזאגט אז איך וואלט אזעלכע מענטשן נישט געטראסט מיט עפעס אנדערש ווי וואשן ביהכ"ס'ס
די שרעקליכע נארישקייט וואס זי האט געטאן ווייזט אויף די מענטאליטי פון די פרייע גאס. זיי רעדן זיך איין אז די היימישע וואס גייען אראפ פונעם דרך זענען אויסערגעווענליכע העלדן, מענטשן וואס האבן ענדליך איינגעזען מיט זייער אויסערגעווענליכע חכמה אז אונזער וועג איז גרייזיג. אויב מענדי, מוישי און לעיזער האבן איבערגעלאזט חסידים האבן זיי זיכער געמוזט האבן באהאלטן א משכיליש ביכל אונטער'ן קושן זייערע און אזוי זענען זיי געווארן אויפגעקלערט... (פרעגט אפילו נישט די דריי אויב זיי ווייסן וואס "משכיל" מיינט.)
ווי עס איז ליידער גוט באקאנט ליידן 90 פראצענט פון די היימישע דראפ אוטס פון געוויסע דיסארדערס וואס אויב כאפט מען עס גענוג שנעל אלס קינד קען מען זיי ראטעווען.
אזוי ווי אונזער היימישער עולם איז דאך פרעמד פון די האליוואוד וועלט, האט זי געמוזט צוקומען צו געוויסע דראפ-אוטס פון פארשידענע קרייזן וואס האבן נעבעך מיטגעטיילט דעם גורל פון אסאך בחורים צווישן אונז און פארלוירן זייער אינטערעסע צו אידישקייט.
דער 'בראך אויף שעיקספעיר' איז אבער, אז די חברה אינגען זענען ווי מערסנטסטייל פון די סארט 'נישט צו קידוש און נישט צו הבדלה' ענגליש קענען זיי נאכנישט און אידיש האבן זייי שוין פארגעסן, די סלענג-וווערטער אויף ענגליש קענען זיי גוט אבער א נארמאלע זאץ ווייסן זיי נישט וויאזוי צו זעצן נישט אויף אידיש און נישט אויף ענגליש.
*
עס האט מיר אויך געקאסט א גרויסע שמייכל, אדער גאר א ציפ אין הארץ צו זעהן ווי די חברה קענען א שוואכערע ענגליש ווי רוב היימישע חסידישע מענטשן מיט וועם איך בין באקאנט, און זיי פארשטייען צו א שעיקספעיר ווי איך פארשטיי צו א פריש געקאכטע לאבסטער. איינער פרעגט אין מיטן אויב די מעשה איז אן עכטע מעשה.
(נאכן זעהן די אויבן דערמאנטע קליפ האב איך מיך אנגערופן צו מיין חבר אז מען וואלט געדארפט צושטעלן קורסעס אין ענגליש פאר די אלע וואס וויל אפפארן, און ווער עס קען נישט קיין ענגליש טאר מען נישט לאזן אפפארן. )
*
חחחחחחחח........
איך בין געלעגן אויף דער ערד, זיך רייסענדיג פאר געלעכטער.
דעם אמת? ס'וואלט געפאסט איך זאל וויינען.
איך קען איינע פון די חברה דארטן. איך געדענק אים אלס יונג בחור'ל ווען ער איז נאך געווען פארנומען מיטן איבערשפיצן דעם משגיח וואס האט נישט געלאזט רייכערן.
נעבעך, נעבעך. אזעלכע לוזערס לא עלינו. דאכט זיך מיר אז יעדער נארמאלער געזעצטער מענטש אין מיין סמעדרעש קען ענגליש בעסער ווי די אלע דארטן. רייסערס? לוזערס מיט צובראכענע נשמות.