נאך א רינגעלע אין קייט פון "איך מעג די נישט!!"...
איינער געדענקט ווען די זאליס זענען געווען ביזי אז מ'האט געהערט ריקן פארענטשעס נאכן זמן אינעם שאטער שמח"ת תשס"ד???
איינער געדענקט די פולע מאהל ווען אימער סאטמאר האט עפעס געבויט די לעצטע אכט יאהר, ווען עס זענען ערשינען מחאות נמרצות אז מ'איז ר"ל מחלל שבת??!!, ווי מ'קען האבן זיי אלס געטראפן חילולי שבתות (אויב מ'האט שוין געענדיגט מיט די מסירות ביי די בילדינג דעפארטמענט..).
אבער אלעס ביז...
פארגאנגענעם פרייטאג האט מען שוין צום צווייטן מאהל געארבעט ביי די זאליס און ב"פ ביז א שעה נאכן זמן!! יא! א גאנצע שעה נאכן זמן!! און גלייבטס מיר נישט! גייטס פרעגטס אהן ביי די שכנים.
און דאס איז שוין נישט דאס ערשטע מאהל וואס דאס פאסירט! (און ס'בכלל נישט קיין חידוש), און פארגאנגענעם מאהל האט רח"ד כ"ץ פארשפראכן אז ער שטעלט א "משגיח"... - נישטא ווער ס'זאל לאכן..
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/02/2009 9:36:31
|
|