בית פורומים כל העולם כולו

מזל טוב!!! שידוך בבית ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/2/2009 01:17 לינק ישיר 
מזל טוב!!! שידוך בבית ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א

החתן בן הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א

הכלה בת הרב ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א אבדק"ק קשאנוב וומ"ס חתן הרב הערשל הורוויץ אבד"ק סטריזוב שליט"א

קול רנה וישועה באהלי צדיקים!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 20:17 לינק ישיר 

עס האט זיך אויסגעדריקט א משפחה מיטגליד וואס איז ערשינען 10:40 אין ביהמ"ד זעעהנדיג אז ס'שוין נישטא קיין זכר פון גארנישט: "ווען עס וואלט אזוי אויסגעשעהן יעשדעמ'ס ווארט אין שטוב, וויאזוי עס האט אויסגעקוקט דא אין ביהמ"ד, איז כלל ישראל א געהאלפענער.."




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2009 20:13 לינק ישיר 

זייער א שיינע שמחה אדורך נעכטן אין ביהמ"ד הגדון דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין בארא פארק.

דאס ערשטע מאהל א רעבישע שמחה אין ביהמ"ד אזוי  שטארק ע"פ תקנות הקהלה.

אזוי אויך איז געלייגט געווארן א גרויסע דגוש מצד די בעלי שמחה - בראשות רבינו שלחיט"א ח"ו נישט צו שטערן די סדר הלימודים קיין זוז כל שהוא צוליב די שמחה.

רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין ביהמ"ד 9:25 און באזוכט די היכל התורה בית חי' אונטן, ארומשפאצירנ'דיג צווישן די טישן פאר א שטיק צייט כבקרת רועה עדרו, שעפענדיג תענות ונחת פון עדת צאן מרעיתו ווי עס זיצן בחורים, אינגעלייט און בעלי בתים, און לערנען בהתמדה יתירה.

דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף אין ביהמ"ד הגדול ווי די סדר הלימוד פון כולל ערב שע"י קהלתינו הקדושה קומט פאר, און ארומשפאצירט צווישן די אנגעגרייטע טישן וואס האט נישט געשטערט דעם  סדר הכולל אנגיין ווי דער שטייגער, דער רבי האט באטראכט די לומדי החבורה יסודי התורה פון דער נאהנט, די חברותות ווי אזוי אויך די שיעורים.

ווי נאר די שיעורים האבן זיך געענדיגט האט מען זיך געשטעלט דאוווענען מעריב.

באלד דערנאך האט זיך די שמחת הווארט אנגעהויבן מיט די ערשיינונג פון די חתן ומחותנים זיידעס, פעטערס הרהנים שליט"א, און בני הקהלה.

מען האט באלד מסדר געווען דעם תנאים, געמאכט דעם קנין, און כ"ק רבינו שליט"א האט פארגעליינט דעם תנאים.

דאן האט רבינו שליט"א געזאגט דברי תורה לכבוד השמחה, און דערנאך איז דער עולם אדורך געבן לחיים פאר רבינו שליט"א ומחותנים, וואס מיט דעם האט  זיך די  שמחה געשלאסן.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אזוי אויך ביי די עזרת נשים האט זיך דערקענט די שטייפקייט פון די חשובע מחותנים שליט"א זיך צוצושטעלן צו די תקנות הקהלה אויף 100 פראצענט, ווי עס אי זגעוען אנגעגרייט לקח און בראנפן אזוי ווי ביי די מענער.

ממנו ילמדו וכן יעשו.

ומשמחה זו ישפע שפע רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 23:02 לינק ישיר 


בראשות דעם גרויסן עלטער פעטער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/2/2009 23:02 לינק ישיר 


היינט נאכט מסיבת לחיים און קריאת התנאים אין ביהמ"ד הגדול אין ב"פ



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מזל טוב!!! שידוך בבית ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext