די סטימיוליס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט פארבעסערן די עקאנאמיע, עס איז ניטאמאל געשריבן געווארן דורך די ווייסן הויז, ווייל אבאמא האט נאכנישט געשריבן קיין איין איינציגער ביל אין זיין לעבן, נישט אלץ סענאטאר און נישט אלץ סטעיט סענאטאר דעריבער האט ער עס איבערגעגעבן פאר קאנגרעס און פעלאסי האט אריינגעשריבן איעדע ליבעראלע פראגראם וואס די ליבעראלן ווארטן שוין יארן דערויף און דערנאך האט מען באצירט דעם חזיר מיט א נאזבאנד פון אביסעלע טעקס קאטס און אינפראסטרוקטור אין זיי ווארטן אז די רעפובליקאנער זאלן וואוטען דערפאר ווייל אבאמא האט גערעדט פון אומפארטייאישקייט...
נשלח ב-16/2/2009 01:21
- קרישקעלעך -
וויאזוי די רעפובליקאנער גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין:
Thus the Republicans, arguably, are in something of a death spiral. The more conservative, partisan, and strident their message becomes, the more they alienate non-base Republicans. But the more they alienate non-base Republicans, the fewer of them are left to worry about appeasing. Thus, their message becomes continually more appealing to the base -- but more conservative, partisan, and strident to the rest of us. And the process loops back upon itself.
http://www.fivethirtyeight.com/2009/01/republican-death-spiral.html
וויאזוי אבאמא פרובירט צו זיין אן אומפארטייאישער פרעזידענט, און די רעפובליקאנער שפייען אים אין פנים:
Perhaps the biggest fallout from yesterday's Gregg news is the realization that outside Collins, Snowe, and Specter, Obama isn't going to receive much support from Republicans, no matter how many of them he tries to appoint to his cabinet, how many times he has them over for drinks at the White House, and how many times he meets with their conference.
http://firstread.msnbc.msn.com/archive/2009/02/13/1793960.aspx
נשלח ב-16/2/2009 01:05
איינע פון די מאוסט פאפולער קליפס יעצט איז די סעטורדעי נייט לייוו שאו די וואך, וואו די עקטארס שפילן די רעפובליקאנער פארטיי פירער, דזשאן בעינער, עריק קאונטאר, מיטש מעקאנעל, א.א.וו. וויאזוי זיי מאכן זייערע "אומפארטייאישע באשלוסן" און באשליסן צו אימפיטשן אבאמא...
Saturday Night Live showed House GOP leaders debating how not to get involved in the economic recovery plan and when to begin impeachment of President Obama. In the end, they decide to "take down" the Obama girls because it's "political gold."
נשלח ב-16/2/2009 00:57
איך האב נישט אוועקגעמאכט די בזיונות, נאר דיר פשוט פרובירט צו "דערמאנען" (אויב דו ביסט שוין גענוג אלט צו געדענקען) דעם וואשינגטאן אויסדרוק, "פאליטיקס עס יוזשועל".
יעדער פרעזידענט גייט דורך שבעה מדורי גיהנום ביים צוזאמענשטעלן א קאבינעט. עס הייסט גראדע אז אבאמא שוויצט עס דורך גאנץ גרינג קעגן אזעלכע פרעזידענטן ווי קלינטאן, וועלכער האט ממש זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט זיין קאבינעט. קלינטאן למשל האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער מוז האבן א פרוי אלס אטוירני דזשענעראל. אבער זיין ערשטע פרוי און צווייטע פרוי האבן ביידע געמוזט ארויסבעקן אונטער סקאנדאלן, איידער ער האט ענדליך געטראפן א סקאנדאל-ריינע פרוי.
איך וויל נישט אוועקמאכן דיין הויכגעשעצטע מיינונג איבער בזיונות. אבער לדעתי איז דזשאד גרעג סאך א קלענערע בזיון ווי בערני קעריק אדער אפילו טאם דעשעל.
גרעג האט באקומען קאלטע פיס און ארויסגעפוצט, נוצנדיג דאס און יענץ אלס א תירוץ. ביז אפאר טעג וועט קיינער מער נישט רעדן פון אים. אנדערש איז מיט קעריק וועמענ'ס מיאוס'ע סקאנדאלן די מידיא האט דיסקוטירט וואכן און מאנאטן, צו די דיסעדווענטעדזש פון בוש.
לגבי "אומפארטייאישקייט", וויל איך דיר דערמאנען אז עס פעלט זיך אויס צוויי פארטייען צו זיין "ביי פארטיזען". ס'פעלט זיך אבער נישט אויס צוויי פארטייען צו זיין "נאן פארטיזען". אויב בין איך אומפארטייאיש און דו קומסט און דו שלאגסט זיך מיט מיר ווייזט עס אז דו ביסט א חי' און איך בין דער נארמאלער מענטש. (ווי די אנקעטעס טוען טאקע באשטעטיגן.)
ווען רוזוועלט האט פארגעשלאגן דעם ערשטן אריגינעלן ניו דיעל האבן די רעפובליקאנער זיך אויך נישט געוואלט צושטעלן צו זיין אומפארטייאישן פלאן. וואס מיינסטו איז געווען דער סוף? די רעפובליקאנער האבן פארגעזעצט צו פארלירן בענקלעך אין קאנגרעס אין די קומענדיגע פּאר עלעקשאנס. (כאטש רוזוועלט'ס ניו דיעל איז נישט געווען אזא סוקסעס, עכ"פ נישט אין די ערשטע יארן.)