בית פורומים כל העולם כולו

אויפדעקונג: סקולען: נישט רעדן קעגן מדינה (!)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/2/2009 01:21 לינק ישיר 
אויפדעקונג: סקולען: נישט רעדן קעגן מדינה (!)

ס'איז ליידער נתגלה געווארן דער ביטערער שאנד פון די משתתפים ביי די אסיפה פאר תימן וואס איז פארגעקומען אין סקולען.

געוויסע מאכערס, וועלכע האבן אנגעדרייט מיט די אסיפה האבן צוגעזאגט פאר די רביים פון קלויזנבורג און נאך, אז מ'וועט דאר נישט רעדן קיין איין ווארט קעגן די מדינה, און מ'וועט נישט אויפברענגען די ביטערע השמדיות וואס די מדינה הציונות האט ליידער חרוב געמאכט טויזנטער תימן'ער אידן, בלויז מיט 40 יאר צוריק.

די מאכערס און שוויצערס האבן געהאלטן ווארט. מ'האט גערעדט פון אלעם אבער פון די מדינה האט מען דארט נישט גערעדט.

עס זענען געווען געוויסע רבנים וועלכע זענען נישט געגאנגען אהין וועגן דעם פארבאט, דערינטער רש"ל וויינבערגער האט געזאגט פאר איינעם פון די הייסע זאליס אז ער פארשטייט נישט פארוואס רז"ל איז געגאנגען? אויב טאר מען נישט רעדן קעגן די מדינה טאר מען נישט גיין.

זעט אבער אויס אז פאר אונזער נועם המידות'ל צו כאפן אן אויבן-אן... (לעבן כ"ק אדמו"ר מפאפא, ורמ"ד מבאבוב) האט ער שוין נישט געוואלט פארציכטן. רעד יא פון די מדינה, רעד נישט, אבי איך בין אויף די פיקטשערס.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2009 22:32 לינק ישיר 

ענק פירן דא לאנגע וויכוחים געבויעט אויף לופט. איך הער קלאהר די דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן וועלכער איז געוועהן דער הויפט רעדנער ביי די סקולענער אסיפה און ער רעדט מיט באק ציינער אקעגן די ציונים וועלכע האבן אפגעשמד'ט די תימנע אידן.

זייט מוחל בארגט אייך דעם טעיפ. (נישט חלילה קויפן-ווייל די פאיער מקוה איד לאזט נישט). הערט אויס די דרשה פון הרב וואקסמאן. דערנאך קומט צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2009 09:08 לינק ישיר 

פאר א גיט געבענטשט יאר . פארוואס מיז מען ביי די סקולענער אסיפה רעדן וועגן די ציונים. זיין טאטע האט איינמאל גערעדט אקעגן זיי ביי א אסיפה פין א צווייטע זאך ? עס זענען געווען אסאך גדולי ישראל צדיקים זי"ע ווי למשל הרה"ק מבעלזא מסקווירא מפאפא גער זי"ע וואס האבן נישט געברענט אזוי אין נישט גערעדט פין ציונות ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין נישט אלע גדולים האבן געהאלטן אז בחירות איז יהרג ואל יעבור אינקלאדינג דער בריסקער רב זי"ע אין אפי' דער חזון איש . אלו ואלו דברי אלקים חיים אבער פארוואס איז יעצט דער סקולענער שולדיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 22:37 לינק ישיר 

פאוכטבאר
לויט דיר קימט אויס א ר אהרן איז די גרעסטע פאנד רעזער אין די היסטאריע וויל ער האט געבויט נישט איין ישיבה נישט איין בית המדרש נישט אין זאל נישט אין מקווה 

אין געס וואט געבויט אין די שנעלסטע צייט אין היסטארי

ממילא לשטתך וואלטען זיי ווען געדארפט ריפען צי די מיטינג ר אהרן וויל ער שאפט אסאך געלט   

אלא מאי זיי האבען געריפען דעם גרעסטען עם הארץ פין אלא רבנים אין קיינער וועט נישט אוועק נעמען זייער אטענטשען

 פין דיינע ווערטער קימט אויס אז זיי מיינען נישט צי ראטעווען די תימענע אידען וויל ווען יא וואלטען זיי דאך געריפען ר אהרן וויל ער קען שאפען אסאך געלט אלא מאי

  נ ב  מיין אנדערע קשיא פאר וואס הגז"ל איז געגאנגען האסטו נישט גענטפערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2009 22:17 לינק ישיר 

סא מינסט ציזאגען אז די פראבלען איז אז פאר סאסמאן מוסדות האבען די יאקאבאוויטשעס נישט געוואלט געבען קיין איין פעני ממילא זענען זיי באקראט אפילו נאך אזאלעכע געלונגענע שבתים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2009 22:15 לינק ישיר 

ער האט געשאפן געלט, WOW...
ער האט גענומען א מארטגעדזש. און באצאלט פעימענטס יעדן מאנאט.

אויסערדעם, זאגסטו אז ער האט געשאפן מיליאנען... און איך זאג
אזדי קינדער פון הרב הצדיק רבי אביגדור יאקאבאוויטש שמאכטן נעבעך אין תפיסה פאר די צדקות !
וד"ל, וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 22:07 לינק ישיר 

טאטלע, ער האט געבויעט א פראכטפולע ישיבה איינס אינדערוועלט נישט מיט קיין סקול דיסטריקט פאנדס, געשאפן מיליאנען פאר ברכה סימא אין עטליכע שעה'ן ווען הגר''א'ס נאכפאלגער האבן עס געוואלט גנבענען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/2/2009 21:56 לינק ישיר 

פרוכטבאר
סא דיין תריץ איז אז הגז"ל איז געגאנגען צי די מיטינג     וויל מדארף נישט רעדען פין ציונות

מהאט עם געריפען וויל קען שאפען אסאך געלט

זאג נאר נאר פאר יענעם קען ער שאפען געלט אדער פאר זיינע מוסדות קען ער אויך





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2009 21:41 לינק ישיר 

לפי שיטתך דא http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1831932&forum_id=16386 זענען אלע זאליס ארונים, ווייל זיי דאווענען אין ר' אהרנס ביהמ"ד אויף ראדני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2009 20:29 לינק ישיר 

שנעלק
איך האב דיר שוין געזאגט אז די ביסט אן ארוני.
שפילסט נישט גוט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 20:25 לינק ישיר 

איז געווען אויסגענומען פאר ר' אהרןס חתונה אז מען וועט נישט טארן רעדן קעגן ציונות אין שטוב? אויב יא באלאנגט ער נישט דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2009 20:13 לינק ישיר 

דו ווייסט עס אויך !

אויב מ'נעט זיך אויס, באלאנגט ער נישט דארט!

שפיל נישט קלאץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 20:07 לינק ישיר 

 זייט ווען דארף מען רעדן פון ציונות? ס'איז כ''א כסליו? כ''ו אב? ה' אייר?
מ'דארף שאפן מיליאנען צו ראטעווען א שבט מישראל און ווען מ'דארף איינער וואס זאל טון למעשה און קען שאפן מיליאנען רופט מען הגרז''ל, עטס קענטס זיין זיכער אז ווען מ'וועט דארפן איינעם וואס קען גוט רעדן וועט מען די ערשטע רופן הגר''א.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/2/2009 19:48 לינק ישיר 

דשוליאני טאמער רעדט מען ווען פין די מדינה אין הגז"ל זיצט דארט ווי א האן אין בני אדם איז עס ווען געהעריג צער בעלי חיים
 סקען זיין אז וועגען דעם האבען זיי ארויס געגעבען אזא באפעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/2/2009 19:21 לינק ישיר 

און ווען פערלשטיין האט געזאגט 2 מאנאטן פאר אלע זאליס, אז ער האט  (!) דעם בית החיים...
האסט אים געגלייבט! הא?????

און ווען דער לאקאלער האט געזאגט אז ער גייט געבן רעיזעס פאר אלע מלמדים... האט עטס אים געגלייבט... הא???

גלייבן זאלסטו אין די י"ג עקרים.  און אז מ'האט אין סקולען  קיין ווארט נישט געטארן רעדן קעגן די מדינה און טראצדעם איז דיין נועם המידות דארט געווען  2 שעה, איז אויך נישט קיין מילער!

פון רבי שמעונ'ס תלמידים, ערווארט איך גארנישט ! (און דו אויך נישט)!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2009 18:55 לינק ישיר 

פאר די זעלבע סיבה וואס דא http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1831932&forum_id=16386 האב איך דיר נישט געגלייבט אינדערצייט וואס אלע ארוינים האבן יא געגלייבט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפדעקונג: סקולען: נישט רעדן קעגן מדינה (!)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext