ג. עס איז פארבאטן צו פוגע זיין אין כבוד פון העכערע פערזענליכקייטן און פירונגען פונעם חרדי'שן ציבור.
1. עס איז אסור צו פוגע זיין אין כבוד פון יעדן מענטש, אבער א פגיעה אין כבוד פון א תלמיד חכם, מורה הוראה, אדער מנהיג פון א עדה קדושה בישראל וועט גענומען ווערן מיטן גאנצן הארבקייט. וויבאלד עס זענען פאראן אזוינע וועלכע נוצן אויס די אנאנימיטעט פונעם אינטערנעט צו אטאקירן ווילד און פרעך זענען מיר געצווינגען אומצוגיין בכל חומר הדין מיט יעדן וואס וועט טשעפענען מיטן כבוד פון סיי וועלכן מנהיג לויט דעם פארשטאנד און איינזען פון די מנהלים!
ווייטער שטייט
3. די מנהלים וועלן באשליסן צווישן זיך, צומאל אויך מעגליך דורך א עפנטליכע אנקעטע, איבער די טיטלען וואס יעדער מעג שרייבן אויף זיין און יענעמ'ס צד. ווער עס וועט עובר זיין דערויף וועט זיך טרעפן אינדרויסן בלי שום טענה ומענה, צומאל אויך אן קיין ווארענונג!
4. ווי שוין געמאלדן אין א באזונדערן אשכול, זענען ביים היינטיגן טאג די ערלויבטע טיטלען ווי פאלגנד: סאטמאר: מהר"א מסאטמאר, מהרז"ל מסאטמאר. סאטמאר-ראדני, סאטמאר-הופער. טענטער, סיגוטער. באבוב: מהרב"צ מבאבוב, מהרמ"ד מבאבוב. באבוב-48, באבוב-45. וויזניץ: מהר"י, מהר"ם. מענדעליסטען, ישראליסטען. צאנז: צאנז, צאנז-קלויזנבורג. מהרש"ד, מהרצ"א. ארץ-ישראל'דיגער רבי, אמעריקאנער רבי.
עד כאן
איך פארשטיי באמת נישט, שטריק איז נישט דערמאנט צווישן די ערלויבטע טיטלען, האסט נישט מורא אז מוועט דיר אויסשפארן? איך וויל באמת וויסן, ווייל איך בין ניי דא און איך וויל זיך אויסלערנען ווי אזוי די זאכען גייען.
נשלח ב-19/2/2009 20:08
עס קוקט אויס אז ער האט בודק געווען די מעסער אויף די פארקערטע זייט פין די הענט.