ביי א לחיים נעכטן אין שטוב פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די אנוועזענהייט פון אלע אפציעלע ווילידזש באאמטע האט רבינו שליט"א נאמאנירט הרבני הנכבד ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו צו לויפן אלץ קומענדיגער טראסטי פון די ווילידזש אין קרית יואל צוזאמען מיט הרבני הנגיד ר' שמואל אהרן לאנדא און הרב החסיד ר' אברהם ווידער.
ר' יעקב אלי' איז פון די אנפיערער און די הויפט עסקנים פון די לעצטיגע "חתונה תקנות" וואס איז איינגעפירט געווארן אין די קהלה, ווי מ'שפארט דערמיט צענדליגער און הונדערטער טויזענטער דאללער'ס פאר מחותנים.
מיר ווינטשן אום ברכה און הצלחה פאר זיין נייער פאסטן, זאל דער אייבישטער העלפן אז ער זאל ווייטער קענען אויפטוען גדולות ונצירות פאר אידישע קינדער.
ברכה והצלחה.
נשלח ב-18/2/2009 06:37
דאס וואס רז"ל האט ביי די ברענענדיגע מחלוקה אין ברוקלין.
אדרבה דערצייל.
נשלח ב-18/2/2009 06:15
עני איידיע וואס ר' אהרן האלט אין די מחלוקה? (:
נשלח ב-18/2/2009 05:18
בערך אזא מחלוקה צווישן קאמפאוט און פראדעל...
דער חילוק איז נאר... אין קרית יואל רעדט מען פון מיליאנען און פון סאליד פאוער...
און ביי ענק איז די פייט ווער ס'זאל שלאפן אין קוויטל שטוב
נשלח ב-18/2/2009 02:49
וואס פונקטליך איז די מחלוקת פון מאיר הירש און דוד עקשטיין? (-:
נשלח ב-18/2/2009 01:59
קען זיין אז נישט. אזוי האט עס געהייסן אין גאס.
נשלח ב-18/2/2009 01:37
זיסקייט
ווער זאגט דיר אז יעקב מיטעלמאן איז געווען גענויגט צי מאיר הירש מער ווי צי דוד עקשטיין?
נשלח ב-18/2/2009 00:04
דער אויסוואל ברויך שטארק באגריסט ווערן, ער האט גאר שווער געארבייט אז די חתונה תקנות זאלן אויסגעפירט ווערן מכח אל הפועל, און ער באגלייט עס מיט א שטארקע שכל הישר.
.
נשלח ב-17/2/2009 23:55
אקעי, כ'האב קלאר געשטעלט. ער הייסט יעקב אלי' רייזמאן. מאיר ווערטהיימער'ס מענטש הייסט אלי' רייזמאן, ער איז יעקב אלי'ס פעטער.
אבער נאך אלץ איז יעקב אלי' לכאורה געווען א גוטער אויסוואל פון די אהרונים אין מאנרא, ווייל ער איז זייער גוט מיט דוד עקשטיין און מיט חיים שלמה פישער.
א קלוגער פאליטישער מאוו.
נשלח ב-17/2/2009 23:38
דאכט זיך אז כ'האב אמאל געזען זיין נאמען אויף מאיר ווערטהיימער'ס באורד. אפשר איז עס געווען א צווייטער רייזמאן. כ'געדענק נישט.
אויב יא איז עס מסתמא א גוטע איידיע פון די מאנראער אהרונים אריינצושטעלן אזא איינעם, כדי צו פארמיידן א פריימערי טשאלענדזש.
אפילו אויב ער באלאנגט נאר צו די דוד עקשטיין גרופע איז ער אויך א פנים חדשות אין א ווילידזש וואס איז ביז יעצט געווען אינגאנצן גענויגט צו מאיר הירש.
נשלח ב-17/2/2009 23:32
שוין, זיסקייט, פונקט די האסט געברויכט אנפאנגען ??....
פערצופאל מיין איך אז ער געהערט נישט צו קיין שום גרופע. ביי די פארגאנגענע קהל'ישע וואלן איז ער געווען - דאכצעך - פאר מאיר ווערטהיימער, אבער לעצטענס ארבייט ער אינגאנצן מיט בניציון זאלדאן (דוד עקשטיין גרופע..) איבער די חתונה תקנות. ד.ה. אז ער ארבייט מיט אלע פאקטארן.
נשלח ב-17/2/2009 23:32
ער איז יעצט א באורד מעמבער אויף די פלענינג באורד,
(זיסקייט.. דוכט זיך מיר אז דאס פארענטפערט דיין קשיא)
נשלח ב-17/2/2009 23:11
אנטשולדיגט פאר'ן זיין איגנארענט און אומוויסנד.
איז יעקב אלי' רייזמאן פון מאיר ווערטהיימער'ס חברה?
נשלח ב-17/2/2009 20:10
האט מען אים אויפגענומען אויף שוין יעצט אנשטאט ר' יענקל מיטטעלמאן?
אבער איז ער נאר נאמינירט געווארען צו לויפען אין די קומענדיגע וואלען, אבער דערווייל בלייבט ר' יענקל?
נשלח ב-17/2/2009 20:02
לדעתי איז דער אויסוואל גאר א שטארקער!
ר' יעקב אלי' איז גאר א פיינער, גוטער און באליבטער מענטש, ער פירט שוין אן יארן אין די ישיבה מיט די "קופת חתנים", גאר לעצטענס האט ער זיך שטארק אריינגעלייגט אין די "חתונה תקנות", א מענטש וואס וויל אויפטוען און זוכט אויפצוטוען פאר אנדערע מענטשן.
נשלח ב-17/2/2009 19:47
איך האב מורא אז דער מלאך האט אים געגעבן צוויי שנעלקעס ווען ער איז געבוירן געווארן