דער טאג איז געווען ה' ניסן תשס"ג (מעגליך ו' ניסן).
און ס'איז ריכטיג אז דער טאג איז געווען א ריכטיגע הצלה פאר די עדה החרדית. נאכן האבן פאר כמעט צען יאר צוויי רבנים וועלכע טראץ זייער גרויסקייט זענען געווען חסיד'ישע רבי'ס מער ווי זיי זענען געווען שטאטישע רבנים, וואלט אזא סארט רב ווי הגריח"מ, מיט דעם זילבערנעם שטעקן און קאלירטע בעקעטשעס, געווען ממש א קאטאסטראפע פאר די עדה, אפגעזען פונעם פאקט אז דאס וואלט צעפיצלט די עדה דורך איר אריינשלעפן גראד און אפן אין די סאטמארע מחלוקה.
[און אפגעזען פונעם פאקט אז הגריח"מ, מיט זיין גאנצן כח התורה, וואלט צעמאלן געווארן פון די לייבן וועלכע פארעמען דעם בד"ץ. קעגן אזעלכע גאונים ווי ר' משה שטערנבוך, ר' מאיר בראנדסדארפער, ר' אברהם יצחק אולמאן, וכו' וואלט הגריח"מ געווען כננס לפני ענק, און נישט געהאט דאס מינדסטע השפעה].
ס'איז קיין צווייפל אז דער נייער רב הגרי"ט ווייס - אפגעזען פון די פאליטישע שטעלונגען פון זיין רעביצין - האט אויפגעהויבן דעם כבוד פון די עדה עשרת מונים.
ס'איז נאך דא גענוג פראבלעמען, און דער כבוד פון די עדה וועט בדרך הטבע שוין קיינמאל נישט צוריקקומען צו איר געוועזענעם שטאפל, אבער אונטער די אומשטענדן איז דאס געווען דער בעסטער אויסוואל וואס איז דורך מיט אפענער סייעתא דשמיא.
לאמיר האפן אז ס'זאל שוין מער נישט אויספעלן די סארט צאנקערייען אין די הייליגע קהלה וואס איז שוין אזוי אויך היפש אפגעשוואכט.
 |
|
|