בית פורומים כל העולם כולו

מיינט דאס אויך די היימישע צייטונגען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2009 18:32 לינק ישיר 
מיינט דאס אויך די היימישע צייטונגען?

דער מצב אין די זשורנאליסטישע וועלט איז זייער וויינענדיג, און פונקט ווי ביי אלע ביזנעסער וואס גייט מטה מטה איז עס נאך פיל ערגער ביי די צייטונגען און מאגאזינען וואס וועקן זיך ענדליך אויף צו די צרה וואס דער אינטערנעט האט זיי אנגעמאכט וויבאלד דא באקומט דער ליינער אלעס אומזיסט און דעריבער אפי' ס'וואקסט די צאל ליינער פון די גרויסע צייטונגען זענען זייערע סובסקרייבער זייער געפאלן.

ליינענדיג וואס דער טיים מאגאזין שרייבט דא איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק איבער די נייע צייטונגען וואס וואקסן ארויס לעצטנס אין אן אומאפשטעלבארער אימפעט, וואס דארט זעט גאר אויס אז דער פעלד איז גאר גרויס און די סטאקס פון די נייעס זשורנאלן זענען אויפן וועג ארויף.

דער "טיים" וויינט מיט ביטערע טרערן און בעט זיך אז איינער זאל זיך אהערשטעלן און מאכן א פראגראם אז מען זאל אויף א גרינגען אופן צאלן פאר די געשריבענע ארטיקלן וואס קאסטן אפ שווערע ארבעט און זייט דער אינטערנעט איז ארויפגעקומען צאלט מען דערפאר זערא, און ווילאנג די עדווערטייזינג געלטער איז געפלאסן איז נאך געווען א האלבע פראבלעם אבער היות ספאלט די סעילס דארף מען אנהייבן טשארדזשן געלט פאר יעדן ארטיקל וואס מען וויל ליינען.

קען זיין אז היות ביי אונזער עולם איז נאכנישט אריינגעכאפט אזוי ווייט דער אינטערנעט איז יא דא מער פלאץ פאר צייטונגען?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2009 23:17 לינק ישיר 

דער אמת, ווען עס קומט צו נייעס איז קלאר אז איך ווארט נישט היינט אז די צייטונגען זאלן ארויסקומען און דאן געוואויר ווערן א וואך דערנאך אז א פליגער האט געקראכט אין באפעלאו, איך זעה דאך שוין אויף די אינטערנעט יעדען טאג די נייעס.

אנדערש איז עס אבער ביי אינזער היימישער עולם, ווי דער צייטונג מאכט געלט פון אדווערטייזער'ס און נישט פון קיין סובסקרייבער'ס.

הגם אינטערנעט איז שטארק אריינגעכאפט ביי אונזער היימישער עולם, איז עס אבער מיט אדווערטייזען נאך היפש אינטערשטעליג. דאס הייסט אז די פירמע'ס, געשעפטן, מוסדות התורה האבן נישט קיין איין אנדער פלאץ צו אדווערטייזן נאר אין די היימישע צייטונגען. דאס מיינט אז פינאציעל איז דאס קיין פראבלעם פאר די צייטונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2009 18:40 לינק ישיר 

Thursday, Feb. 05, 2009

How to Save Your Newspaper

אנטשולדיגט, איך האב ארויסגענומען דעם לאנגען ארטיקל ווייל ס'געווען צו לאנג און איך וויל נישט פארדרייען קיינעם די אויגן.

ווער עס וויל אים ליינען קען גיין צום לינק דא:
http://www.time.com/time/printout/0,8816,1877191,00.html

.



תוקן על ידי הערשעל ב- 23/02/2009 18:41:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיינט דאס אויך די היימישע צייטונגען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext