|
|
| נשלח ב-2/3/2009 18:51 |
|
| |
איך האב אויך געהערט א ריפארט פון איינעם וואס איז דארט געווען, מ'האט נעבעך געקענט זען דארט די אפפאל פון כלל ישראל, באמעס פון חסידישע און פון ליטווישע... נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 19:47 |
|
| |
באראפארקער, קיינעם גייט נישט אן דעם איסור, ווייל די וואס זענען פון די וואס ווילן גיין צו אזא סארט קאנצערט זענען נישט פון די וואס רעכענען זיך בכלל מיט אזא צעטל וואס האט צוזאמגעשלעפט אלע נעמען פון מנהלי המוסדות, און מאדנע איז וואס דאס האט געאסרט קינדער און בחורים פון גיין דארט, בו בעת וואס יעדער ווייסט אז א נארמאלער בחור וואס לערנט אין חדר/ישיבה וואלט נישט געקלערט צו גיין.
פאר יאר, האט זיך אויסגעוויזן אז דער איסור האט יא צוגעברענגעט אז מען זאל מבטל מאכן דעם קאנצערט, און דאס קען מעגליך באדערן מענטשן.
וואס שטערט אבער יא און ווייטאגט שטארק אאיז אז וויכטיגערע און ערגערע זאכן ווי אזא קאנסערט ( און ווי כללטוער שרייבט דארף מען טאקע מאכן אזלעכע פארברענגערייען טאקע צוליב דעם אז די וואס ער באטיטעלט אזוי שיין זאלן האבן ריינע פלעצער ווי צו גיין ווי איידער חלילה..... און יא, גוטע פלעצער ווי מען זעט א קוקו זיך משוגע מאכן און הייבט דעם "פשוטן איד" העלפט מען זאל נישט גיין צו ערגערס!) זענען פארווישט און צוגעדעקט פון די אויגן פון די ראשי עם ישראל און מען וויל עס נאך מער צודעקן און זיך איינרעדן אז מען לעבט מיט א צוואנציג יאר צוריק ווען מען האט נאך געקענט - און ליידער מיט סוקסעס - באהאלטן די אלע געמיינהייטען. היינט איז היפש אנדערש און מען לעבט אין אינטערנעט עפאכע ווען אלעס קומט ארויף און רבנים זענען די וועלטס געלעכטער וואלטן זיי זיך שוין געמעגט אויסלערנעען אז אויך זייער צייט איז געקומען און זיי זאלן זיך אביסל נעמען אין די הענט אריין און זיך אריינלייגן אינעם היינטיגען מצב און אנשטאט זוכן וואס נאך מען קען אסרן און בלייבן ללעג ולקלס ווען יעדער פייפט זיך אריין אין זיי, זאלן זיי זען וואס מען קען יא טון צו ראטעווען דעם דור.
תוקן על ידי הערשעל ב- 02/03/2009 19:46:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 19:53 |
|
| |
נו וואס איז דיין פוינט? אז ליפא האט זיי געמאכט פאר באמעס? אדער אז ליפא אדער דער קאנצערט ענקארעדשד באמיזם?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 20:39 |
|
| |
קיין שום מענטש וועמען איך קען איז נישט געגאנגען צו דעם קאנצערט, אבער קיין שום מענטש וועמען איך קען איז קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין קאנצערטס און וועט ווייטער קיינמאל נישט גיין צו קיין קאנצערטס.
און דאס, בארא פארקער, איז די סיבה פארוואס מענטשן זענען אזוי ברוגז אויף דעם קול קורא, ווייל מען נעמט אונזערע רבנים און אונזערע פירער און מען מאכט פון זיי דאס גענאר. פארוואס אונטערשרייבן א קול קורא אויף אן עוולה וואס האט מיט אונז נישט קיין שייכות?
ווידעראום די אידן וואס גייען יא צו קאנצערטס זענען אויך געגאנגען צו העסק, אוהל, מיאמי און אלע אנדערע קאנצערטס וועלכע זענען פארגעקומען במשך די לעצטע 20 יאר, און אויב מען וועט אוועקנעמען פון זיי די דאזיגע ענטערטעינמענט וועלן זיי גיין אין סאך ערגערע פלעצער.
מענטשן ווילן אז די רבנים זאלן זיין ארויפגעקוקטע פיגורן וועלכע געבן זיך אפ מיט ענינים העומדים על הפרק, און נישט אז יעדער שמויגער זאל קענען באשליסן וואס די רבנים דארפן אסר'ען און וואס זיי מעגן מתיר זיין, ווייל לאמיר זיך נישט פאפן, נישט די רבנים האבן באשלאסן צו אסר'ען ליפא נאר אפאר צוהיצטע אקטיוויסטן.
יעדער האט מיטגעהאלטן פאראיאר וואספארא חילול השם די צוהיצטע אקטיוויסטן האבן געמאכט ווען זיי האבן מבזה געווען אלע רבנים דורך זיי אריינדרייען אין א געפערליכע בלאטע. אלע צייטונגען אין די גאנצע וועלט האבן געשריבן וויאזוי רבנים האבן אונטערגעשריבן א צעטל אן הערן די פאקטן, און אן זיך באטייליגן ביי אן אסיפת הרבנים, און וויאזוי די שרייבערס פונעם צעטל האבן זיך פארנומען מיט ליגנטס און מיט בלאף און זיי האבן צוגעזאגט געלט פאר ליפא און יושע מענדלאוויטש און זיי קיינמאל נישט געגעבן דאס געלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 20:47 |
|
| |
זיסקייט 
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 21:52 |
|
| |
יא ר זיסקייט איך שטים צי דאס אז אזוי געריפענע עסקנים לויפען ארים צי רבניםזיי זאלען אינטער שרייבען אויף קול קורא צעטלעך אן דעם וואס רבנים זאלען זיך זעצען אפילו אויף צען מניט רעדען דערוועגען וואלט עס געווען אזא הארבע עבירה וואלט מען ווען געדארפט מאכען אזא מיטינג דאס מאכט זיי ללעג ולקלס
אין בכלל וויאזוי אזאלכע קול קוראס ווערן באשאפען איז א טעמע פאר זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 22:05 |
|
| |
גיי פארשטיי. די רבנים זענען מענטשען פונקט ווי אונז אלע, עסקנים קומען פארדרייען דעם קאפ, און עס איז גאר שווער זיך אויסצודרייען פין זיי. מען דארף האבען חכמת שלמה ווי אזוי צו רעדען מיט זיי. פוק חזי, די פרשת העירוב יוכיח, ווי עסקנים האבען ממש געדרייט א טשייניק, און באוויזען משוגע מאכען היבש רבנים וועגען דעם נושא. (אהן אריין גיין אין עצם עירוב וכו').
למעשה ווען עס קומט אן איסור פין רבנים אינטער געשריבען אויף א צעטעל, איז עס אין מיינע אויגען אן איבריגע זאך, יהי' מה שיהי', וואס פעלט אויס א קול קורא???? אמאהל איז מען געווען צוזייט און צושפרייט בכל מקומות פזוריהם, האט מען געמאכט קול קורא'ס מען זאל וויסען וואס רבנים זאגען, היינט אז איינער איז א סאטמערע זאל סאטמאר אויף הענגען ביי זיך אין ביהמ"ד א קול קורא אינטער געשריבען פין זייערע דיינים רבנים אדמורים מנהלים בעלי בתים וכו', וועלען סאטמערע אידען וויסען וואס זיי זאלען טוהן. וה"ה בעלז באבוב סקווירא (סליחה אויב האב איך איינעם פארגעסען), זאלען אלע הענגען א צעטעל ביי זיך אין ביהמ"ד מיט זייער רב אדער דיין.
וואס גענוי איז די תועלת פין הענגען אלע גאסען מיט קול קורא'ס מודיע צו זיין יעדעם איינעם וואס דער דעת הגה"ק מנירבאטער איז איבער ליפא, ווען קיינער גיט נישט א קראץ וואס ער האלט בנוגע דעם ענין?? צו וואס דער קיוויאשדער, איך ווייס ווער נאך זיי שרייבען דארט? די רבנים זענען רבלעך צו אפילו קליינע דיינים, אויב האבען זיי א פאסטען אין א קהלה, שרייב דיך אין דיין קהלה וואס די האלטס, און אויב נישט, איז קיינער נישט אינטרעסירט וואס די האסט צו זאגען וועגען אזעלכע זאכען, און די צען חסידים דיינע וועלען ממילא דיך ריפען פרעגען ווואס די האלטס אדער זאגען וואס די זאלסט האלטען. איז דיין קול קורא גיט דיך גארנישט צו, מאכט דיך נישט גרעסער סתם א שאד די פאפיר, ווייל אפילו אויף אשר יצר פאפיר איז עס פשוט צו הארט.
אבער לעומת זה. אויב די רבנים ותלמידיהון פילען פאר גאר וויכטיג לאפרושי מאיסורא צו זאגען וועגען ליפא, געזונטערהייט.
אגב, ווען עס איז געווען שאלות אויף טונא פיש, האט קיינער פין די רבנים נישט געוואלט מגלה זיין ווער דער פסולע הכשר איז, און ווען עס איז געווען א שאלה אויף די סטראבעריס, האט קיינער נישט געוואלט הענגען א קול קורא קעגען א צווייטער רב וואס איז א בעל מכשיר. זעהט אויס מען האלט שוין ביי "יאמרו זונות מקשטות זו את זו ת"ח לא כש"כ".
אבער, פעהרזענליך, גייט עס מיר אהן ווי א פליג אויף'ן דאך, זאלען זיי אסר'ן א דבר האסור, און מתיר זיין דברים המותרים ביז די גמרא פין מאי אהני לן רבנן ווערט פארווירקליכט.
 |
|
|
|
|
|