| נשלח ב-1/3/2009 21:50 |
|
| |
רז"ל שעלט: א ביטערן סוף פאר'ן ווארפען ר' עזריאל
נעכטן מוצש"ק תרומה איז רז"ל געווען אין קרית יואל ביי א מסיבה פאר די קווינס ישיבה.
דארט האט רז"ל גענומען דאס ווארט און פארפירט קעגן דאס מבזה זיין ר' עזריאל גליק און אז די וועלכע האבן דאס געטאן וועלן האבן א מיאוסן סוף, ווייל זיי האבן מיט דעם מבזה געווען דעם רבי'ן זי"ע בעל ויואל משה, און דעם טאטען וועלכע האט געהאט פאר אים א מורא'דיגע הערצה.
רז"ל האט געזאגט אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי די הענט וועלכע האבן אים ארויסגעווארפען האבן נישט געציטערט פאר'ן טאן אזא שרעקליכע נבלה און אז דאס איז לחרפה ולדראון עולם.
זיי האבן נישט געווארפן ר' עזריאל, זיי האבן זיך ארויסגעווארפען, זיי האבן זיך באגראבן לדורי דורות, און זייער ביטערע סוף וועט נישט פארפעלן פון קומען.
עס איז געווען א היציגע דרשה, און לויט ווי די עסקנים געבן איבער האט דער עולם געשאטן מיט געלט. ווען די מסיבה האט זיך געענדיגט האט מען אפגעציילט א מיליאן 200 טויזענט דאלאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 22:25 |
|
| |
איך הער אויך אז ביי די דרשה האט ער זיך אויך מיאוס פארהאנקעט אין א פסוק כמנהגו, און שלמה יעקב געלבמאן איז אים צוגעלאפען ראטעווען, און די בזיונות איז געווען שרעקליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 22:33 |
|
| |
ואברכה מברכיך ומקללך אאור (בראשית י''ב ג')
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2009 22:51 |
|
| |
תוקן על ידי טאטלע ב- 01/03/2009 22:52:27
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 06:13 |
|
| |
ביטע ווער ס'האט די טעיפ פון די דרשה זאל עס דא ארויפלייגן
איך האב עס אמאל באקומען דעם טעיפ מיטן העתק, היות ס'איז נישט געווען אזוי קלאר האב איך עס אויסגעקמעקט, דער העתק איז אבער ווערט קעש
דרשת הרב יקותיאל יודא טייטלבוים בהיכל ישיבה לצעירים יום ג' שמות תש"נ לפ"ק
יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, ס'איז ברור אז די אלע וואס גייען קעגן די הנהלת הקהלה, כאטש זיי רופן זיך בני יואל מיינט נישט, איך האב אינזין געהאט די וועלט זאגט נאך אויף אן עפל שרייבט קיינער נישט אז דאס איז אן עפל, ווען איינער מאכט א פאלשע עפל, שרייבט ער אויף מען זאל וויסן דאס איז א עפל, פארוואס, ווייל אז ס'איז נישט קיין עכטע עפל דארף מען אויפשרייבן אז דאס זעט אויס ווי א עפל.
אונז דארף מיר נישט הייסן בני יואל, אונז זעמיר תלמידים פון רבין ז"ל, אונז גיי מיר אויף דעם וועג איז גוט אזוי, די דארפן זיך אנרופן אזוי ווייל זיי זענען נאר א פאלשע זאך די געבן זיך אזא נאמען, אבער ס'איז ביי מיר ברור אז פונקט וואס יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, אז דער רבי זאגט אויך בקהלם אל תחד כבודי.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2009 17:16 |
|
| |
אבער נאכדעם איז מען דעם געוואויר געווארן אז זיי זענען יא עכטע אהבה מוסתרת
בשעת ער האט עס געזאגט האט ער זיך געלאזט פארפירן פון זיין עלטערע ברידער, וועלכער האט אים אריינגעלייגט דעות כוזבות און דאס האט ער איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים.
אין די שפעטערע יארן, האט ער זיך אפגעשאקלט פון זיין עלטערע ברידער, און זיך מדבק געווען באילנא דחיי פון הרה"צ עבדי לעבדי ה', ר' אביגדור יאקאבאוויטש זי"ע, ר' משה פריעדמאן משב"ק און ר' לואי קעסטענבוים, די זקני תלמידי וחסידי, וועלכע האבן אים "מרמז" געווען אז דאס עפעלע איז יא עכט...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2009 18:33 |
|
| |
איל הער איך וויס נישט צי עס איז אמת אז ער האט געזאגט אזוי
אין אמתן אריין קימט מיר אסאך מאל אין געדאנק אז אפשר מיינט מען עס נישט לשם שמים אפשר זאל מען שלום מאכען ..................
אבער ווען מען זעט וואס זיי האבען געטיען מיט ר עזריעל זעה איך אז מען קען מיט זיי קיין שלום נישט מאכען
וויסט איינער צי עס איז אמת???????????
|
|
|
|
|