בית פורומים כל העולם כולו

נייע תקנה: נישט געבן פאלשע אינפארמאציע פאר די מנהלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2009 03:48 לינק ישיר 
נייע תקנה: נישט געבן פאלשע אינפארמאציע פאר די מנהלים

לעצטנס האט זיך אריינגעכאפט א נייע אנשיקעניש אין אונזער שטארק בארימטן פארום. מענטשן (צוויי דריי מענטשן מיט צענדליגער ניקס) קומען אהער צו אונז און עפענען ניקס מיטן ציל צו פארדרייען א קאפ פאר'ן עולם און פארעקלען אנדערע מענטשן צו שרייבן דא.

איינס פון די זאכן וואס די מענטשן טוען איז אז זיי שטעלן זיך אהער כאילו זיי באלאנגען צו איין קרייז אבער עכט באלאנגען זיי צו א צווייטן.

ווילן מיר דא מעלדן א נייע תקנה, ווער ס'וועט געבן פאלשע אינפארמאציע פאר'ן מנהל מיט'ן ציל משוגע צו מאכן די ליינער וועט אויסגעשלאסן ווערן אן קיין שום ווארענונג.

יעדער איינער איז וועלקאם צו שרייבן ביי אונז, פון יעדן איינציגסטן קרייז. מיר מאכן נישט קיין דיסקרימינאציע קעגן קיינעם, אבער קיינער זאל נישט "אינסאלטן די אינטעלידשענס" פון די ליינער מיט'ן שפילן כאילו ער פארטרעט איין צד ווען באמת פארטרעט ער דעם אנדערן צד.

יעדע ווארט וואס מען שרייבט ביים אריינגעבן די אפליקאציע צו די מנהלים מוז זיין אמת. אויב גיט איינער אריין פאלשע אינפארמאציע פאר'ן מנהל וועט ער פארשלאסן ווערן.

און דא ווילן מיר נאכאמאל דערמאנען אז ס'איז בשום אופן נישט ערלויבט נאכצוברענגען לינקס אדער קאפיען אנדערע פארומס אויף בחדרי חרדים אין אידיש.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/03/2009 3:49:37




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2009 23:45 לינק ישיר 

איך וויל נישט חס וחלילה האבן קיין קריטיק אבער קען מען אפשר עפענען אויסשמועסן און דעבאטירן פארוואס מ'טאר נישט קריטיקירן און פאבליק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/3/2009 06:41 לינק ישיר 

נאדניקעס און פגעים רעים

וואס רעגט איר זיך אזוי? אהן שרייבען קללות קענסטו נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2009 06:29 לינק ישיר 

לעצטע דערמאנונג: קריטיק אויף די מנהלים באלאנגט דווקא אין תיבה אישית.

די מנהלים זענען וואלענטירן און זיי קענען זיך נישט שלאגן מיט נאדניקעס און פגעים רעים וואס האבן נישט וואס צו טון מיט די צייט און קומען דעריבער אויף מיט נארישע פאנטאזיעס.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/03/2009 6:52:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2009 00:39 לינק ישיר 

בארא פארקער, וואס האסטו נישט פארשטאנען פון די צוויי ווערטער, "ברענג פראף"?

יעדער "נארמאלער" מענטש האט פארשטאנען אז דאס מיינט, ברענג א לינק אדער עכ"פ א נאמען פון א ניק וואס די מנהלים נוצן מיט'ן ציל צו פארדרייען א קאפ פאר די חברים. אנשטאט ביזטו געקומען מיט נארישע סלאגאנען. קוקט אויס ביסט נישט פון די מענטשן וועלכע ווערן באטראכט אלס "נארמאל" (זיי נישט באזארגט, ס'איז נישט קעגן די שטאטוטן פון אונזער פארום...)

געווענליך לאזן זיך די מנהלים נישט אראפ אזוי נידעריג צו פירן דעבאטעס מיט ניקס, היות קריטיק קעגן די מנהלים באלאנגען דווקא אין תיבה אישית, אבער אין דעם פאל האב מיר אונז געמאכט אן אויסנאם ווייל די נארישקייט וואס בארא פארקער האט געשריבן איז געווען אזוי גרויס און אזוי פאלש אז אונז האב מיר געוואלט געבן א געלעגנהייט פאר יעדן זיך אליינס צו איבערצייגן דעראין.

בארא פארקער האט געפראווט אז ער האט נישט קיין שום פראף. ער האט געהאט א זעלטענעם טשענס צו קאנפראנטן די מנהלים און ער האט דאס נישט געטאן.

און מיט דעם איז די דעבאטע געשלאסן. פון יעצט און ווייטער גייען מיר צוריק צו אונזער אלטן חוק ולא יעבור, וואס יעדער אנדערער פארום אויף היידפארק האט, אז קריטיק קעגן די מנהלים קומט נאר אין תיבה אישית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2009 21:56 לינק ישיר 

STUPID STUPID STUPID




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2009 21:48 לינק ישיר 

ווילסט פראף? גוט. וועל איך דיר געבען.
א. אויף'ן גנב ברענט דאס היטל.
ב. אונז זענען נישט געבוירען נעכטען.
ג. טוה עס נישט, וועט קיינער דיך נישט באשולדיגען מיט אזעלכע הארבע באשולדיגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2009 21:06 לינק ישיר 

מנהל, פונקט ווי די קענסט נישט פראפ-ען אויף איינעם אז ער ניצט מער ווי איין ניק די זעלבע קענען מיר נישט, אבער ידוע וניכר הדבר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2009 18:16 לינק ישיר 

בארא פארקער, האסט ארויסגעלייגט זייער א הארבע באשולדיגונג קעגן די מנהלים, ברענג פראף אדער צו צוריק פון דיינע ווערטער.

פרוכטבאר, דו ביסט גענוג קלוג צו פארשטיין דעם חילוק פון זאגן א אייגענע מיינונג ביז אינסאלטן די אינטעלידשענס פון די ליינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2009 17:51 לינק ישיר 

וואס איז טאמער איך בין open minded אין איינמאל האלט איך וואו די זאליס און איינמאל וואו די ארונים הייסט דאס  כאילו איך פארטרעט איין צד ווען באמת פארטרעט איך דעם אנדערן צד?
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/3/2009 07:31 לינק ישיר 

און וואס וועט די מנהל טוהן אויב די מנהלים אליין וועלען שרייבען מיט מער ווי איין ניק מיטן ציל וכו'?????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייע תקנה: נישט געבן פאלשע אינפארמאציע פאר די מנהלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext