איך שרייב נישט נאר דא, ערגעץ אנדערש האב איך שוין געשריבן אסאך וועגן דעם נושא,
און אז דו ווילסט שוין יא הערן וועל איך דיר ברענגען איין זאץ וואס נעמט אביסל ארום די זאך:
(דאס האב איך געשריבן בנוגע וואס די הנהלה האט ארויסגעטראגן א (וואוילע!) בחור מיט פאליס, און א זאלי האט דארט געטענהט מיט מיר פרובירנדיג צו אנשמורן די זאך אלץ א רעזולטאט פון יענעם שמ"ע אין ראדני, און דאס איז וואס איך האב געענטפערט:)
*
ווי ס'זעהט מיר אויס ביזטו יא איינער וואס וויל פארשטיין, נו לאמיר דיר פארשטיין געבן. די גרעסטע סך הכל וואס א בחור האט געקענט ארויסנעמען פון יענעם שמ"ע איז, אז ווען איינער וועט זיך אריינכאפן אין זיין הויז און זיך דערקלערן בעל הבירה, וועט ער זיך קעגנשטעלן מיט וואס ער קען נאר... פארוואס? וויל ער ווייסט דעם אמת אז ס'איז זיינס...דוק ותשכח ואין כאן מקומו.
אבער אז דו ווילסט יא וויסן מיט וואס מיר זענען מחנך אונזערע קינדער און מיט וואס די איידעלע נועמי המידות זענען זיי מחנך, איז אויך גוט זאלסט מאכן א אמת'ן חשבון: די אהרונים זענען מחונך געווארן די לעצטע צען יאר מיט די גרעסטע מאס סבלנות וואס נאר שייך, אנגעהויבן תש"ס ווען רבינו שליט"א האט סוכות אנגעזאגט (נאך וואס מהאט זיך גערישט אויף א לעבעדיגן יו"ט... זייענדיג דעם ערשטן ש"ת אינעם פאליטיק, און די ערשטע ש"ת וואס מהאט נישט געזינגען די ניגונים פון ר'יודל וו"ב) בזה"ל: "איך וויל זאגן, מ'פארט אי"ה צום טאטן אויף יו"ט, איך האף און איך וויל עס זאל בע"ה זיין א שיין יו"ט, וויל איך זאגן, איך האב נישט קיין הקפה ניגון! .... ....", און די בחורים זענען געשטאנען א גאנצע יו"ט און געהאט הכנעה פאר זייערע שונאים און געשוויגן!. די זעלבע ווען דער יעניגער איז געקומען אויף א שבת קיין קר"י מיט זיין ישיבה און מיט נאך געסט (וויפיל מהאט נאר געקענט אנדרייען מיט צעטלעך און מצב טרייבעריי), האט רבינו שליט"א גערעדט צו די בחורים אז קיינער זאל זיך נישט וואוסנדיג מאכן, וכך הוה, (איך ווייס נישט צו דו באגרייפסט וואס דאס מיינט), און אזוי אין יעדע געלעגנהייט, מהאט שטענדיג מחנך געווען (מיט סוקסעס) צו זיין א מעביר על מידותיו,
מאידך גיסא, די זאליס האבן צווישן זייערע פירער דעם באוואוסטן נועם הליכות, משה גבאי, ער האט שטענדיג אויסגעלערנט די קווינסע צו טוען צו די זאך... צענדליגער אידן וואס פלעגן קומען צו ש"ס אין קווינס קעמפ צום ברך משה זי"ע פלעגן זיך טרעפן מיט אויסגעשטאכענע רעדער, ארי' לייב גלאנץ וואס האט זיי קיינמאל נישט געהאט געטשעפעט, ביי יעדע סערוויס אדער שתדלנות וואס ער האט צוגעשטעלט פאר די אהרונים, איז ער באצאלט געווארן מיט געשטאכענע רעדער..., און נאך מער, טאקע יענע שמיני עצרת, די אהרונים האבן געהאט אפאר עטליכע אינגעלייט וועלכע האבן פרובירט זיך צו האלטן פעסט מיט וואס מהאט געקענט, אבער פון די אנדערע זייט די זאליס האבן אראנדשירט "מיטונגען" מיט אינגעלייט און בחורים, סיי פאר יו"ט און סיי אום יו"ט, און עמטליך געטיילט פאר בחורים פאזיציעס, און אזוי איז טאקע געווען, קווינס בחורים האבן געטיילט מכות רעכטס און לינקס!, גאנצע מחנות קווינס בחורים האבן זיך ארומגעדרייט זוכן וועם מקען דא מסדר זיין... און מהאט געטוען צו די זאך.. און ווארט, די חינוך האט זיך נישט דא געענדיגט... נאך יו"ט האט משה גבאי אראנדשירט א ספעציעלע מסיבה וואו ער האט זיך באדאנקט פאר די "העלדן", און געגעבן מוט אויף ווייטער, כמיין צו זאגן: "חינוך" אויף ווייטער....., איך קען נאך אסאך רעדן, כהאב נישט די צייט און כמיין סאיז גענוג.
נו זאג דו מיר, ווער איז מחנך אויף וואס? (אויב ווילסטו נישט איינזעהן דעם פאקט, דעמאלס ביזטו גארנישט אזוי פארעווע ווי דו שטעלסט דיך אהער... אדער ביזטו פאלש אינפארמירט אין די פאקטן)
עכ"פ לענינינו, אין די מתיבתא אין קר"י לערנען ב"ה הונדערטער בחורים יראים ושלמים, מ'ענדיגט מסכתות, מ'פארהערט זיך הלכות שבת, יו"ד, א דאווענען אין די ישיבה איז א נחת מיטצוהאלטן!, די בחורים האבן ב"ה אין משך פון זייערע אינגע יארן באקומען א גאלדענעם חינוך! סיי אין די ישיבות אין וו"ב סיי אין ק"י און סיי אין ב"פ, אלעס איז ב"ה אויפן בעסטן פארנעם וואס שייך, הודו לה'!
נאר וואס דען?
צויי זאכן, שתים שהן אחת: היות די הנהלת הישיבה (הנהלה רוחנית) באשטייט פון עטליכע אינגעלייט וואס פארשטייען גוט צו זיך, אויסער דעם גארנישט, און אין די זייט קומט נאך צו אביסל (אסאך) שלעכטיקייט וואס די אידן פארמאגן ליידער, דעריבער איז ערשטנס דארף מען וויסן: די קרעדיט אויפן חינוך קומט זיך פאר די מנהלים פון די אינגערע ישיבות, אבער קיין טראפ נישט פאר די הנהלה, און צווייטנס אז יעדעס יאר ווערן קאליע (!) עטליכע ערליכע בחורים צוליב וואס די בחורים האבן אין די אויגן פון די הנהלה א געפערליכן פראבלעם, וואס? וואס איז דער געפערליכער פראבלעם? לעבהאפט!, אזוי ווי דו הערסט, א בחור וואס האט אביסל חיות אין זיך, זעהט עס די איבער-געשפיצטע-קלוגע-הנהלה אלס א געפערליכער פראבלעם, נו אז מהאט א פראבלעם וואס טוט מען? ויעבירו קול מלחמה במחנה... מהייבט אן א פייט און מפירט ווייטער די פייט און מפארברייטערט די פייט און מ'ענדיגט נישט די פייט... און פארשטייט זיך די הנהלה ווערט דאך שרעקליך פארנומען... זעקס פייטס אויף איין מאל? נישט קיין קלייניגקייט, און אזוי פארשוועמט מען דעם זמן, מלייגט נישט אריין קיין טראפ מח אין די הצלחה פון די בחורים, ס'אינטערסירט זיי בכלל נישט צו א בחור איז ערליך צו נישט, זיי האבן דאך זייער פארנומענע ארבעט, קיין איין בחור זאל חלילה נישט זיין קיין בחור, יעדער זאל זיין א גראדר שטיקל ציגל, און ווער נישט איז אחת דתו,
אזוי ארום מיט אזא הנהלה מיט אזא הנהגה פארשטייסטו שוין מסתמא ווי אזוי מקומט אן צו דעם אז ווען "זיי" הייסן א בחור גיין פארשטייט נישט קיינער אז אזוי דארף טאקע זיין, יעדער פארשטייט אז אויב האט זיך די הנהלה גענומען איבער זיינע ביינער, איז קודם קיין מושחת איז ער שוין זיכער נישט....
כ'מיין איך רעד שוין צו לאנג, וואס האלטסטו?
לדעתי איז שוין אלעס קלאר, זאל דער אייבערשטער העלפן אז דאס זאל שוין זיין די חבלי משיח און מיר זאלן בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה, והאמת מארץ תצמח!
*
ע"כ פון דארט.
אצינד איז דא אסאך מוסיף צו זיין אבער איך האב נישט די צייט דערצו,
האב מיר אגוטן שבת און א פרייליכן פורים.
 |
|
|