תולדות אהרן שלאגן מערדליך עסקנים פון מירון
די תולדות אהרנ'ער חסידים, טרייען אלע וועגן ווי אונטער צובריינגען יעדן דבר שבקדושה און א יעדע זאך וואס האט צו טוהן מיט אידשקייט און קנאות,
ווי באקאנט די טרועריג בארימטע שמוציגע אקציע וואס זיי האבן געטוהן מיטן איבערגעבן דעם הייליגן ציון הרשב"י אין מירון אין די טמאנ'ע הענט פון די ציונים, און זייער פארשטייער דער "רב" ה"כותל" שמוליק רבינוביץ א פרעזענליכער ידיד פון רבי דוד קאהן.
דער גאנצער יהדות החרדית האט געקאכט און געזידט, און ווי נאר די אהרלא'ך האבן געזעהן אז ס'לוינט זיי נישט דער געשעפט פאר די פאר טאלער פון וומס"ב קר"י, זענען זיי ארומגעלאפן לייקענען, אז ס'האט גארנישט מיט זיי, דע גאנצע מעשה פון מירון האט קיין שום שייכות נישט מיט זיי, איי פארוואס האט רבי דוד קאהן אויפגענומען ביי זיך אין חדר טהרה דעם אופארשעמטן ציוניסט דער רב הכותל רבינוביץ, און פארוואס זענען די הנהלה פון תו"א די וועלכע זענען ארומגעלאפן צו אלע רבנים איבערדרייען אז רבינוביץ איז א ערליכער און מ'דארף איבערגעבן מירון, דאס איז שוין קשיות, אבער צו צולדות אהרן האט דאס גארנישט.
אבער יעצט זענען זיי שוין ארויס פון די גלייזן, נאך וואס דע עסקנים האבן מצליח געוועהן זיך ו שטארקן איבער זיי, און זיי זעהן שוין אז דע שאו שפיל פון רבי דוד קאהן אין מירון ל"ג בעומר וואו ער שפילט זיך ארום מיטן פייער, שטייט שוין איינגעשטעלט.
זענען זיי ארויסקומען עמטליך מיט שמוציגע און העסליכע פאשקעווילן א קעגן די רבנים וגדולי תורה שליט"א.
אבער היינט זענען זיי שוין דערקייקלט געווארן צו א פרישע שטאפל.
א גאנצע גרופ פון פערציג אברלא'ך בראש זייער מנהל העלעהר און יאקאבאוויטש האבן מערדליך באפאלן איינעם פון די חשובע עסקנים וואס טוט פאר מירון, האברך החשוב בנש"ק מו"ה עמרם טייטלבוים שליט"א, וואו זיי האבן אים מערדליך צושלאגן און געבראכן די ביינער, אויף דעם שרעקליכן חטא וואס ער איז עוסק אז דער יון הק' פון רשב"י אין מירון זאל נישט אריבערגיין אין די טמאנ'ע הענט פון דעם שלטון הציוני הכופר בארה"ק.
אידישע וועלט דארף אופגעטרייסלט ווערן ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, און אוסשפייען די נידערטרעכטיגע בוגדים מתוך כלל ישראל.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/03/2009 20:48:02
 |
|
|