גענוג מיט נארישקייטן וועגן ר' מאטעלע
לאמיר רעדן א טראפ צו די זאך
די צוויי פאריקטע פארשוינען, די שטיינבערגס, דער טאטע וואס וואוינט דארט א קעגן איבער דעם זאל, און דער זון וואס העלפט אים, פירן שוין א מערכה מיט דעם זאל פון דעם טאג וואס מען האט אנגעהויבן בויען דעם בנין, וויפיל אידיש געלט די צוויי משוגעים האבן שוין צוגרינד געלייגט מיט זייער ווואנזיניגע מערכה איז שווער צו שאצן.
ביים בויען האבן זיי טאג טעגליך גע'מסר'ט, און אויך היינט רופן זיי פאליס טאג טעגליך פאר יעדע קלייניגקייט, און עס איז אמת אז די פאליציי קומט שוין כמעט נישט, און טאקע דערפאר, ער האט זיי שוין אזוי פיל משוגע געמאכט אז זיי האבן שוין נישט קיין נערוון צו אים.
איך אליין בין שוין געווען בייי מער ווי איין חתונה אין דעם זאל ווען דער משוגענער האט גענומען א מייק און ארויסגעשטעלט ביים פענסטער בשעת די חופה, און די מייק האט פשוט געגרילצט א הויכער גערודער אין די אויערן אריין, פשוט צו צושטערן די חופה. פארשטייט זיך אליין אז היינט גרייט מען שוין אן ביי אלע חופות א געהעריגע מיייק סיסטעם אז מען זאל קענען איבערשרייען זיינע פאריקטע קולות.
ר' איד, איר וואוינט אין שטאט, און יענער האט א רעכט צו בויען פונקט ווי דיר, אויב עס געפעלט דיר נישט האב איך א עצה, קויפט אפ דעם בנין פון וויזשניץ און ווארף אראפ דעם בנין, פאר דעם ריכטיגן פרייז וועלן זיי עס דיר פארקויפן.
איך האב פשוט געהאלטן ביי די זייטן פון דעם משוגענעם מיטן זון, עפעס א מין פארגלייך מיט דעם ברוקלין בריק, סתם פטפוטי דברים בעלמא.
און סתם פאר יאור אינפא, לפנים משורת הדין, האט אים וויזשניץ שוין געאפערט א שיינע פאר יאר צוריק אפצוקויפן דעם הויז פון אים פאר פיל מער ווי דער מארקעט וועליו, אבער ער פארפירט אז ער וויל נישט, ווייל ער גייט נאך צומאכן דעם זאל, ער וועט זיי שוין ווייזן. ער האט געטרייט צוצונעמען דעם פערמיט ביים בויען און עס איז דורכגעפאלן, ער האט שוין געטרייט דורך די קאמיוניטי באורד און אויף נאך כמה אופנים צוצומאכן דעם זאל און איז דורכגעפאלן, יעצט טרייט ער אין קאורט, ווי ער האט גע'מסר'ט שלא ברשות בי"ד, געהעריגע מסירה אן קיין פירושים, און יעצט איז דעם קוקו געלונגען אנצודרייען פאקס פייוו.
ע"כ דברי הצעיר והקטן ב'כל העולם כוכו, גביר אדיר
נ.ב. אויב מיינט איר אפשר אז איך בין א וויזשניצער דאן קוקט נאך אלע מיינע אלטע תגובות, איך האב זירא מיט וויזניץ, איך קען נאר גוט דעם אלטן משוגענעם, און איך קען גוט די פרשה. אין איין וווארט, דער זקן כסיל דארף האבן דעם בנין, ווייל דער פייט גיט אים חיות, ברגע דער זאל מאכט זיך צו, שטארבט ער פון ליידיג גיין
 |
|
|