בלומבערג, איך האב מורא אז שמא קגרים, האב א שטיקל sense of humor
קיינער האט נישט געשאלטען אז ער זאל פארברענט ווערן אין אוישוויץ, ס'איז נאר אינטרעסאנט אז דער וואס האט געשלאגען און גערצחנט ר' אביש קראלער, דער זעלבער האט געכאפט א פליק היינט
נשלח ב-13/3/2009 04:21
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החלות לנפול לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו.
על הגאולה
עס איז מינדער וויכטיג צו רעדן פון יענעם'ס מקום מנוחה לאחר מוע"ש דאס אנטבלאנגט פאר איהם מיט זיינע קינדער
און בעלזא האט ר' שלום פויגעל און ר' משה טובי' גרינצווייג נישט פארלוירען זייער חלקה אפילו מהאט זיי ארויסגעווארפען פון די קהלה
איטשע דוד רעזמאוויטש האט אויך נאך זיין חלקה און ביה"ח שומרי שבת און בני ברק
ווידער שעלטען א יוד ער זאל ליגען לעבען ר' אביש קראליר זצ"ל הי"ד דאס איז א שפראך וואס מ'רעדט און ראדני דאס פאסט נישט פאדרדיר בפרט און אזא גרויסען טאג וואס קען ריכטיג ווערען אנגערופען פורים המשולש וואס און די גרויסע הסתרה האבען מיר שוין אנגיהויבען צו זעהן א ביסיל ליכטיגקייט און בקרוב צו די גאנצע ישועה וואו די בניני המוסדות און וויליאמסבורג וועט צוריק גיקערט ווערן פאר די ריכטיגע בעלי בתים און דער גאנצער דאמינא פון אויף נעמען א שטעקען פאר א קהלה
און אזוי נישט שוינען דעם כבוד פון הייליגען דברי יואל זי"ע צו ווייזען פאר קינדער און די דורת העתידים אז אדמו"ר מסאטמאר קען מיינען א ליצנות מדארף נישט גארנישט זיין נישט קיין תלמיד חכם און נישט קיין ירא שמים
נשלח ב-13/3/2009 03:27
סאטמאר:
די וועלט וואס שטייט פון די זייט וואנדערט זיך וואס גייט דא פאהר
זיצענדיג היינט ביי מנחה מעריב ביי אונז און שטיבעל האט יעמאנט נאך געזאגט א עכטער תורה דיגע בליק פון איינעם פון די גדולי הדור וואס האט היינט געזאגט און ארץ ישראל נאכן הערן די פסק פון אמעריקאנעם געריכט
סאטמער רב זצ"ל פירט דאס גאנץ גישעפט זיין רצון איז גיווען אז דער מרכז פון סאטמאר זאל זיין סטאנצירט און זיין שטעטל קרית יואל, וואס דאס איז גיווען זיין רצון צדיק האט מן השמים געפירט אז באליבט'ער פלומעניק וואס ער פלעגט מיט איהם משתשעשע זיין יעדען פון אלס קליין קינד ביז זיין חתונה און ווי ער באטיטלט איהם זייענדיג בלויז 18 יאהר "המאור הגדול" זאל זיך בויען זיין מרכז דוקא און קרית יואל און פון דארט זאל זיין די פארלעמענט פון די סאטמארער קעניגרייך
און די בית החיים וואס איז די גרעסטע סימבאל פון א קהלה זאל זיך געפוןען אונטער זיין הערשאפט
נשלח ב-13/3/2009 00:41
איך מיין אז עס איז מעגליך אז די זאליס זאלען יעצט פילען דרוק זיך צישטעלען צי דין תורה