פין לאנדאן קומט די בשורה סאיז נפטר געווארן איינע די גאר חשוב'ע ראשי קהלה
הרב החסיד הנגיד ר'עזריאל שעהר ז"ל אין עלטער פין 63 יאר די פארגאנגנע שבת קודש.
ר' עזריאל איז געווען א תלמיד חכם עצום זיינדיג א תלמוד מובהק פין רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע
אויך האט ער א געהאט פילבאריג הארץ ווי ער איז געווען באוואסט מיט זיינע גרויסע צדקות פאר אלע ערליי צוועקן
ליידער האט ער שוין פארלוירן זיין אשת מנעריו א פאר יאר צוריק, אין נאך דעם האט זיך שטארק געמיטשעט
מיט די ביטערע מחלה פאר א לענגערע צייט ווי ער האט אלעס מקבל געווען באהבה.
די לווי' ווערט געברענגט קיין קרית יואל ווי מען וועט לייגן דעם חשוב'ן נפטר סמוך רבינו הקדוש זי"ע.
נשלח ב-16/3/2009 06:41
אבד חסיד מן הארץ
ווער עס דענקט איהם פון די ישיבה דאס שפיעלע פון די ישיבה און אונזער צייט די חיבה וואס ער האט גיהאט ביים דברי יואל זצ"ל איז אומבשרייבליך דער דברי אמונה מהרא"י קאהן זצ"ל נאך זייענדיג אמאל אויף א באזוך און קעמפ האט ער געזאגט פאר'ן דברי יואל זי"ע מיט עזריאל שעהר האט ער די זעלבע תלמידים פון דערהיים און סאטמאר
אויך הגה"צ דער ראש ישיבה בעל תורת א' זצ"ל האט איהם אויסטערליש מקרב גיווען
נשלח ב-16/3/2009 07:28
אן אדם חשוב מאוד.
ער האט אסאך בנינים געבויעט פאר סאטמאר, איבער הויפט די בנין תלמוד תורה בית מרדכי אין קרית יואל.
איך הער אז מען ברענגט די נפטר קיין קרית יוא', ווייסט איינער ווען די לווי' גייט זיין?
נשלח ב-16/3/2009 22:33
היינט צופרי איז געשטאנען א צעטל אז די לוי' וועט זיין 10:00 ביינאכט
איך האב נאכדעם געהערט אז מעןהאט שוין אפגעשטופט.
יהא זכרו ברוך, ער האט אסאך געלייסטעט פאר מוסדות סאטמאר בכלל און פאר רבינו שליט"א בפרט
שייף עייל שייך נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי'
די גרעסטע ראי' איז ווי ער האט אנגענומען בדומי' וועט מען האט גענומען א בנין וואס ער האט געבויט פון אונטן ביז אויבן, און מען האט געטוישט דעם נאמען פאר אנדערע וואס האט איבערגעלייגט מאלדינג'ס און שיינע לעקטערס, און יא שיעור פארגעסן, אויך געמאכט א שיינע לאבי.
שטעלט איך פאר ווען די מעשה איז פארקערט
נשלח ב-16/3/2009 23:37
דיין נארישע שנאה מאכט דיך בלינד. מהאט נישט געטוישט די נאמען פון קיין בילדינג וואס הייסט ווייטער בית מרדכי, די זאל וואס איז ניי געבויט געווארן האט באקומען א נייע נאמען.
נשלח ב-17/3/2009 00:59
מען האט דעם חשוב'ען נפטר געלייגט נעבן ר' חיים לאקס ע"ה