בית פורומים כל העולם כולו

פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/3/2009 13:48 לינק ישיר 
פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק

א פרישע פינקל פרשה

נעכטען איז געווען א איבער קערניש אין בארא פארק
די משגיחים אין חאצקעלאס רעסטעראנט האבן געטראפן טריפה'ענע פרענקפורטס
די רעסטעראנט איז 13 ביי 37
דער בעה"ב האט ארוינס געצויגן א מעסער פאר די משגיחים

ווייסט איינר ווער ס'געט דארטן די השגחה ?

תוקן על ידי האקאבו ב- 17/03/2009 13:51:57




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2009 09:43 לינק ישיר 

אבער דער עולם פרעסט ווייטער אין גרויסן, וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 00:59 לינק ישיר 

די ליצנות איז גאר גרויס

ווען ס'האט זיך געטיען מיט מזונות מבין, איז דער רב באב"ד געווען דער ערשטער ארויף צי טאנצען
אויף די התאחדות הרבנים, אין נישט געלאזט די רבנים פין די וועד הכשרות צי קומען צים ווארט.

אין אנגעקאלט אלע זיינע רעסטעראנטן ארויס צי ווארפן מוזונת מבין

פלוצלים דא ניין אזייגער אינדערפרי שרייט רב באב"ד אז אלעס איז גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/3/2009 21:50 לינק ישיר 

גאסט כתב:
פון ישיבה ווארלד

The following is what Rav Teitelbaum told YWN:

''.

''There are many lessons to be learned from this incident, a prominent Rov told YWN. Perhaps we should take this as a lesson to demand that a Mashgiach Timidi be installed in every establishment. But most important, is the need for each and every Jew to learn the Halachas of Shmiras Halashon, and find out how one is supposed to react in such a situation according to Halacha, and not instinct.''

(DovGordon-YWN)




איך האב אפגעליינט דעם גאנצן סטעיטמענט פון הרב טייטלבוים (הועווער דעט איז), און איך שוין אפשר געקלערט צו גלייבן וואס ער שרייבט דארט, ביז איך בין אנגעקומען צום לעצטען שטיקעל, און דארט האט ער אלעס אפגעהארגעט.

ער שרייבט נישט מער און נישט ווייניגער, אז מען קען זיך אסאך אפלערנען פון דעם, אבער די וויכטיגסטע לימוד זעט ער איז אז

"מיר זאלן לערנען שמירת הלשון, כדי מיר זאלן וויסט עם נישט צו בארעדן"

איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.

רב טייטלבוים, אידישע קינדער ווילן עסן נאר כשר, מען גייט אין א רעסטאראנט וואס האט א השגחה, כאטש אין דעם אנדערן, אן די השגחה קאסט ביליגער, "ווייל מיר ווילן עסן כשר'ס". פינטל.

און ווען מיר זעען אז מען גיט אונז צו עסן טריף דאן ווערן מיר זייער אויפגערעגט, און מיר ריספאנדן לויטן אינסטינקט און מיט עמאושן, מיר זענען עמאושענל מענטשן, און מיר ווערן זייער באליידיגט ווען מען גיט אונז צו עסן טרייף, און נאך מער ווען מען הייבט אויף א מעסער

און על אחת כמה וכמה, ווען אן אזויגערופענער בית דין מאכט ליצנות פון דעם ציבור, אנשטאט זיי איבערבעטן און זען מתקן צו זיין ווי מען האט פארדארבן

און זיין פראבלעם איז מיט לשון הרע.............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2009 21:45 לינק ישיר 

איך זעה אז טייל "באשולדיגן" מיך אז איך האב א נגיעה צו טארטיקוב בי"ד, קודם כל מעג איך האבן א נגיעה פאר זיי, פונקט ווי ס'איז זיכער דא דא אזוינע וואס האבן א נגיעה זיי צו באשמוצן..

אבער איך וועל אביסל מסביר זיין מיין "נגיעה", עס איז פארהאן אסאך מענטשן וואס ווילן "אלעס" עסן "איבעראל", מיט אבי וועלכע השגחה, צו איז עס או. יו. צו יאקע צו דעברעצין וכו', די חברה כאפן זיך צו צו אזא מעשה ווי צו שטאפ גאנז, זיי קענען ווייזן מיט די פינגער, קוק ווי די גוטע און שטרענגע השגחות קוקן אויס, במילא איז שוין פונקט אזוי גוט די שוואכע אויך, דאס איז וואס מיך באדערט.

און באמת איז עס א ווייטאג אז מ'זעט אז אפילו גאר גוטע השגחות קענען געשען אזעלכע דורכפאלן רח"ל.

אבער דאס מאכט נישט בעסער די שוואכע השגחות מיט קיין האר, אויב ביי א גוטע השגחה האט דאס געקענט פאסירן איינמאל, קען דאס פאסירן ביי די שוואכע השגחות אויף א רעגלמעסיגע שטענדיגע אופן.

צום אויספיר, א גוטע השגחה איז נאך אלס בעסער ווי די גארבידזש השגחות אפילו ס'כאפט זיך דארט אויך אריין אמאל א מכשול.

פאקטיש דארף מיר געדענקן אז ס'איז נאך אלס א ריזיגע חילוק פון די שוואכע השגחות ביז די גוטע, ווער ס'טוט נאר אביסל אין נאכפרעגן אויף השגחות וועט תיכף זען ווער ס'איז גוט און ווער הייסט די טאפ השגחות היינט ווי וואלאווע, נירבאטור, און בי"ד טארטיקוב וכדומה, און יש אומרים אויך התאחדות ..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 18:00 לינק ישיר 

.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 06:11 לינק ישיר 

ר' יצחק שטיין ווי ביסטו מיט דיין חבר הרב שלמה שטערן וואס זיין הכשר איז שוין נישט דא צובאקומען אויף קיין שום פרדוקט צוליב די גרויס ציטרוי פון כלל ישראל צו דעם הכשר
איכה וואס שוויגט עטץ שרייבטס עפעס א צעטעל קעגען מאכלות אסורות טריפה פלייש שטעלטס ענק אהער אז עטץ זענטס די ערליכע און גיסטס עהר מער נישט קיין הכשרים אויף פלייש נישט וואי די טארטיקאווער האבען אויף ענק מוציא לעז גיווען

[אזהרה:
נישט עובר זיין אויף די תקנות הפארום]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/03/2009 15:23:13




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/3/2009 06:07 לינק ישיר 

גיוואלד פארוואס הערט מען נישט קיין קול מחאה פון דעם אייער וואשער הרב לויפער, מיטן קרעמניצער , הרב לאבין מיט הרב שלמה שטערן וואס זיין הכשר איז שוין נישט דא צובאקומען אויף קיין שום פרדוקט ווייל דער עולם האט עס זייער געטראסט וואס לעצטענס הייבט אהן צו פארשטיין צו ווייץ, און דער פיקח הגדול הנודע לתהלה ר' יצחק שטיין

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/03/2009 15:21:52




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/3/2009 05:48 לינק ישיר 

זיי ווארטען עס זאל זיך אביסעל אנקילען די מצב, און זיי וועלען קענען ארויסגעבען א בי עס צעטעל, ווי זיי וועלען שרייבען אלע לגיונות אין די באק, און צום סוף וועלען זיי ענדיגען, בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל, יעזור השי"ת שנגאל במהרה בימינו, ולא יצא מידינו שום מכשול כמו שלא יצא עד השתא, ולשנה הבאה בני חורין, ונאמר אמן. מזל טוב. אונז פארדינען מיר מיליאנען און ענק אלע קענען פלאצען, והמקיל תבא עליו ברכת ה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2009 05:08 לינק ישיר 

האט שוין דאס בי"ד באשלאסן וואס ס'איז געשעהן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2009 02:07 לינק ישיר 

הרב כללטוער:

פון דיינע תגובות זעהט מען אז די האסט די נישט קיין שום נגיעה צו טארטיקוב, פרוביר עס צו מאכען אויסקיקען אביסל בעסער, ווייל עס נעמט אוועק די נאמנות... 

די טארטיקוב בי"ד איז א שטארקע און שטרענגע השגחה... למעשה איז די טארטיקוב בי"ד א גאר שטרענגע און גוטע השגחה, און קען זיך פארמעסטן מיט די בעסטע און קלאסישסטע השגחות...אפילו אין א פלאץ מיט א גאר גוטע השגחה



תוקן על ידי יחזקאלאברה ב- 18/03/2009 2:03:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 01:39 לינק ישיר 

איך זע אויף דעם קליפ גארנישט, א חוץ אויב מען וויל סתם מאכן טוירבעלניס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2009 01:13 לינק ישיר 

כלל טוער

בלא בלא בלא.

קאווער אפ 2009.

ווייסט ווען כ'וועל מודה זיין צו דיר אז טארטיקאוו איז א מעכטיגער הכשר? אויב טארטיקאוו וועט יעצט אראפנעמען זייער הכשר פונעם סטאר, און זאגן אז וויבאלד ס'האט פאסירט א מכשול תחת ידינו (אפילו אויב ס'איז נאר געווען א טעות וואס מען האט געכאפט ביים ערשטן מאל וואס ס'איז געשען) נעמען מיר אראפ אונזער הכשר פון דעם סטאר. חוץ מזה זאל טארטיקאוו פארזיכערן אז ער גייט קיינמאל מער נישט געבן א הכשר אויף א רעסטוראנט וואס האט נישט א משגיח תמידי 24 שעה א טאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2009 01:12 לינק ישיר 

דער ארבייטער וואס מען זעהט דארטן איז נישט קיין גוי, ער איז א פרענק. 

אין טאמיר איז טארטיקאב פין די שטרענגסטע השגחות,זעמיר אלע איך וויל נישט זאגן ווי..   



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/3/2009 01:11 לינק ישיר 

די מעשה מעג אבער דינען ווי א מוסר השכל וויזאוי עס קען פאסירן אפילו אין א פלאץ מיט א גאר גוטע השגחה, ליידער איז היינט די פרעסן אינדוסטרי זייער הייס, און מ'עסט אלעס איבעראל מיט גלייכגילטיגקייט, מעג דאס זיין א אויפוואכונג רוף, אז מ'זאל זיך לייגן א מויל שלאס, און עסן אינדערהיים ווי אונזערע עלטערן האבן געטון..

אויך דארף מען מתפלל זיין בעפאר מ'נעמט אריין אין מויל סיי וועלכע געקויפטע פראדוקט אז ס'זאל נישט זיין קיין טריפה ווי די מעשה דא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2009 01:07 לינק ישיר 

שפיצער, ישר כח פאר די לינק וואו דו באשרייבסט מער אין דיטעיל די גאנצע מעשה, און דארט זע איך אז די מעשה איז סאך ערגער ווי כ'האב געמיינט, אז מער ווי איין מענטש האט געגעסן פון די טריפה פלייש און אז אויפ'ן גנב ברענט דאס היטל און ווי נאר מען האט געפרעגט דעם בעה"ב וואס ס'גייט פאר האט ער תיכף ארויסגעשלעפט א מעסער.

רבונו של עולם. וואו זענען די רבני בארא פארק? ווי לאזט מען צו אזא שרעקליכע מעשה? מען לאזט דעם רב המכשיר אליינס אנפירן די חקירה ודרישה! מען שיקט דעם גנב אויסצופארשן דעם פארברעכן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאניק ! טריפה'ענע רעסטארנט אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext