בית פורומים כל העולם כולו

מילך שטערנ'ס ארטיקל אין דער איד ! ריין ניאוף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2009 16:50 לינק ישיר 
מילך שטערנ'ס ארטיקל אין דער איד ! ריין ניאוף

דער ים חזיר מייליך שטערן האט זיך די וואך צי לאזט אין דער איד מיט גאר א נידערג ארטיקל
ס'וואלט געדארפט ווען זיין דער קעפל " נאר העכער 18 יאר מעג עס ליינען "

א שאד ער האט נישט אריין געלייגט קיין בילדער, ווייל אזוי וואלטן די קווינסער בויעס אויך ווען הנאה געהאט .



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/3/2009 18:47 לינק ישיר 

ווי ס'קוקט אויס האט מילך שטערן דורך געליינט דעם נצח קדושים ווי רב שטיינבערגער שעלט די נאציס
בעפאר שרייבן דעם ארטיקל


דאָס איז אַ באַנדע גזלנים

דאָס איז אַ באַנדע וואָס זענען מועלים

וגידוף–חירוף–יעצט איז דער הוללות און ניאוץ צוזאַמקום

וועלכע האָבן אויפגעשטעלט אַ גאַנצע געביידע פון כחש און כזב, שקר און רמאות,

וואָס ווערט אָנגעפירט פון בני בליעל

זיי זענען געוואָרן אַן ערי מקלט פאַר כלערליי מרימי יד בתורת משה.

זיי ערנערן זיך פון בלויז ליגענס, פאָפּעריי און הלבנת פנים, און לעבן בלויז פון האַס פּראָפּאַגאַנדע

ביקש לעקור את הכל. זיי זוכן חלילה עוקר צו זיין יעדן כאַראַקטער שטריך פון אַמאָליגן סאַטמאַר
מיט אַ יד רמה, מיט מצח נחושה. זיי זענען מחרף ומגדף, לאַכן אָפּ פון אַלע איסורים

און נישט בלויז דער בן אַליין איז מורד, שטויסט, בריקעט, קאָפּעט באַהאַלטענערהייט. נאָר ער מיט זיין גאַנצע עדה

און זיינע זין און טעכטער, האָט זיך געשטופּט צוצוקומען צום רבין זי"ע, און דאָס האָט

און שיקאַנירן און סטראַשען, אַלטע, קראַנקע, חולים שיש בהם סכנה, אבלים ר"ל,

און דאָס האָבן אויסגענוצט די האַרצלאָזע רשעים, זיך צו איזדיעקעווען איבער דעם ערליכן צבור

אַרויסרייסן מצבות הערט מען נאָר ביי די פינסטערע שונאי ישראל, די אוקראַינער רוצחים, די פאַשיסטן אין דייטשלאַנד, וועלכע טוען דאָס באַהאַלטענערהייט דורך יונגען,

נאָר אַלע וואָס געהערן זיך אָן צו די כת הפושעים והמורדים דק"י ווערן באַאיינפלוסט דערפון

זיי סעקירן טויזנטער אידן, זענען שופך דם פאַר גדולי ישראל, רבנים, גאונים, צדיקים, ערליכע אידן. מיט די געמיינסטע ליצנות, מסירות, און אַלערליי אופנים; "גזל" — זיי באַרויבן דעם צבור

וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק.

 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2009 16:17 לינק ישיר 

שימפט און שעלט אז די שוים קומט ארויס פון די אויערען
אבער מיט ניאוף האט דאס נישט קיין שייכות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2009 15:41 לינק ישיר 

אויסצוגן

"א' שמות" אסיפות. וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט שוואוילטאָג און הוליעריי. ליצנות, הוללות, און אכילה גסה, קעלבער און רינדער

און די בני בליעל ריקים ופוחזים האָבן אונטערגעהעצט פילע תמימים, נאַאיווע, שוואַכע מוחות, בעלי נגיעות, און מוגי לב, איבערהויפּט די אומוויסנדע יוגנט,

און דאָס ערגסטע פון אַלעם אַז די כת הולכים בערכאות אין קרית יואל וואָס האָבן אַריינגעצויגן דעם צבור אין די קאָורטס, גאַנצע אַכט יאָר, און אַרויפגעצוואונגען אויפ'ן ערליכן צבור פון וויליאַמסבורג, קעגן זייער ווילן, זיך צו פאַרטיידיגן, שעמען זיך נישט צו שרייען אַז יענע זענען גאָר די הולכים בערכאות.


 זיי סעקירן טויזנטער אידן, זענען שופך דם פאַר גדולי ישראל, רבנים, גאונים, צדיקים, ערליכע אידן. מיט די געמיינסטע ליצנות, מסירות, און אַלערליי אופנים; "גזל" — זיי באַרויבן דעם צבור, רייסן אַרויס מיט געוואַלד געלטער פון תמימות'דיגע אידן דורך זייער גיין אין קאָורט


מ'רופט צוזאַם אַן עולם מ'מאַכט אַ סעודה גדולה, מ'הוליעט מיט'ן עגל ומחולות און מ'פאָדערט זיי אויף: גיטס גאָלד פאַר'ן עגל. מ'רייסט שטיקער פון מענטשן ווייטער צוגיין אין קאָורט אָנצופירן די הרמת יד בתורת משה

זיי זענען מחרף ומגדף, לאַכן אָפּ פון אַלע איסורים, פון דעם וואָס איז מבואר אין שולחן ערוך, און אין די פוסקים, אַז אַ מסור איז פּונקט ווי אַ מין. זיי האָבן מחלל געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו, און געוויזן גלוי לכל העמים,

אַז אַ זון איז בועט אין זיין אייגענעם טאַטן, אין זיין אייגענעם רבי'ן. און נישט בלויז דער בן אַליין איז מורד, שטויסט, בריקעט, קאָפּעט באַהאַלטענערהייט. נאָר ער מיט זיין גאַנצע עדה ווייזן פאַר די גאַנצע וועלט אַז זיי שטויסן אין זייער טאַטן און רבי'ן, רבן של ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2009 15:08 לינק ישיר 

דעתקל

חינגא והוללות "מאחורי הפרגוד פלעי",



הבאת עלינו חטאה גדולה [שמות- ל"ב כא] ששמחו בקלקול המחולות... וזה הוא רע מן הפשע והמרד שעשו בעגל. ועל זה ביקש רחמים יותר, כאומרו אתם חטאתם חטאה גדולה וכו'. ולכן אמר מה עשו לך,שהוצרכת לקבוע להם חג ליום המחרת שזאת היתה סיבת המחולות שעשו לשמחת העגל, שהיתה רעה מעשייתו [ספורנו –שם],

די טעג האָבן די כת המוסרים פון קרית יואל וועלכע גייען אין ערכאות שוין אַכט יאָר רצופים, פאַרעפנטליכט אַז זיי אָרגאַניזירן אַ זכור את אשר עשה לך... באַנקעט, וואו מ'וועט זיך אונטערהאַלטן, און ס'וועט געוויזן ווערן אַ "פּלעי" מיט'ן נאָמען "מאחורי הפרגוד". בעפאָר מיר וועלן צוגיין צום ענין, פון דעם הוללות באַנקעט וואָס איז אַ פאָרזעצונג פון זייער "אַלטע טראַדיציע", פון די שענדליכע "אל"ף שמות" חינגא והוללות, ווילן מיר דאָ באַרירן דעם פּונקט וואָס וואונדערט יעדן נאָרמאַלן בשר ודם: ווי איז מעגליך אַז די עושי מעשי עמלק, וועלכע הויבן אויף אַ האַק אויף תורת משה, זיי זאָלן שרייען זכור את אשר עשה לך עמלק? ווי איז דאָס מעגליך אַז זיי זאָלן לייענען זייער אייגענע פרשה, און גאָר זיין תולה קללתו באחרים? דאָס וואָס די תורה שרייבט אויף זייערע מעשים, אויף דעם וואָס פירט זיי. אָבער מיר געפינען שוין ענליך דערצו. דער שר של עמלק טוט אויך אַזוי ווי זיי, אָדער ענליך דערצו. ממילא איז דער וואונדער נישט אַזוי גרויס אַז די וואָס טוען מעשי עמלק, און ווערן געפירט פון שרו של עמלק, האָבן דאָס עזות צו טאָן דאָס זעלבע, אויסצורופן זכור את אשר עשה... אינדערצייט וואָס זיי אַליין זענען די יעניגע. לאָמיר כאַפּן אַ בליק אויפ'ן שרו של עשו דער טאַטע פון אַלע עמלקים. דער ישמח משה זי"ע )פ' ברכה( וואונדערט זיך, חכמינו ז"ל זאָגן אַז דער שר של אדום וועט זיך טועה זיין דריי טעותים, לעתיד לבא. און מיר זינגען דאָס ביי שלש סעודות, אינעם שטיקל פון בבואו מאדום. ווי איז מעגליך ער זאָל זיך טועה זיין, נאָכדעם וואָס ער האָט ער האָט דאָס געהערט פון אונז אומצאָליגע מאָל ביי שלש סעודות. ענטפערט דער ישמח משה: ווען אידן זינגען דאָס ביי שלש סעודות, פאַרשיקט השי"ת דעם שטן פון דאָרט, ער זאָל דאָס נישט הערן. און ער זאָל האָבן דעם טעות. רבינו הקדוש זי"ע אין דברי יואל פ' וישב זאָגט: אַ וודאי זענען די הייליגע ווערטער פון ישמח משה אמת לויט זיין מדריגה. ווען ער האָט געזינגען בבואו מאדום איז טאַקע דער סמ"ך מ"ם נישט דאָרט געווען. אָבער די קשיא בלייבט אַלץ שווער: דהרי ישנם אנשים הרבה שמזמרין בבואו מאדום, והשטן עומד על גביהם לשטנם, והרבה ספרים נדפסו ע"י מינים ואפיקורסים, והשטן עומד על גביהם לשטנם. — ס'זענען פאַראַן פיל מענטשן וואָס ווען זיי זינגען בבואו מאדום שטייט דער שטן איבער זיי, און אויך פילע ספרים ווערן געדרוקט פון מינים און אפיקורסים און דערשטן איז מיט זיי. טאָ איז אוממעגליך דער שטן זאָל זיך נישט דערוויסן דערפון און וויאַזוי איז מעגליך ער זאָל האָבן אַ טעות. רבינו הקדוש ענטפערט לפי דרכו בקודש, אַז באמת איז דער סמך מם געוואויר געוואָרן פון די דריי טעותים. ער הערט עס זינגען פון זיינע מענטשן, און ווייסט דערפון. נאָר לעתיד וועט השי"ת באַווייזן אַ נס, און אים מאַכן פאַרגעסן דערפון כדי ער זאָל זיך טועה זיין און לויפן קיין בצרה, און דאָרט האָבן די מפלה.

נו, אַז מיר האָבן שוין אַן אַהנונג אין די טעותים פונעם סמ"ך מ"ם — לויט'ן ישמח משה, ווערט ער יעדע וואָך פאַרשיקט, און ווייסט גאָרנישט דערפון. און לויט ווי רביה"ק לייגט צו ווערט ער יאָ געוואויר פון זיינע מענטשן, צו וועמענס שלש סעודות דער שטן קומט, און שאָקלט זיך מיט מיט זיי, נאָר השי"ת וועט אים מאַכן פאַרגעסן דערפון — פאַרשטייט מען עס שוין גאַנץ וואויל. היינט איז דער סמ"ך מ"ם מער פאָרגעשריטן. מיר האַלטן ליידער פיל ווייטער. נישט בלויז האַלט ער מיט זייער שלש סעודות, שאָקלט זיך ביי די טישן נאָר דער סמ"ך מ"ם לייענט גאָר... זכור את אשר לך עמלק, וואָס די תוה"ק זאָגט אויף אים זעלבסט, אַז אידן זאָלן געדענקען וואָס ער טוט אָפּ פאַר'ן אידישן פאָלק, אויסצוראָטן זיינע כוחות, זיין גיפט, אויסרייסן דעם "אשר קרך" פון כלל ישראל. דער עמלק, וועלכער טוט אַלע תועבות, דער אבי אבות פון השחתה בדורנו, שרייט זכור את אשר עשה לך עמלק. דער מרים יד בתורת משה וואָס ערציט אַ דור ריקים ופוחזים, מיט די הילף פונעם משכילי'שן בלאַט, ויזנב בך כל הנחשלים אחריך, די אַגענטן פון רבן של כל בעלי העגלות )רשכבהע"ג( וואָס האָדעוועט דורות קוטשער יונגען, וועלכע שמייסן, פּייניגן און רודפ'ן אידן. — ער שרייט גאָר זכור. ער מאַכט אָבער אַ ביטערן טעות. כלל ישראל לערנט גוט אָפּ "זכור", און איז אַ מבין ווער ס'איז עמלק!***

ענדליך, נאָך עטליכע יאָר הפסקה, האָבן די כת המוסרים פון קרית יואל זיך ווידעראַמאָל גענומען צום "וישב העם לאכול ושתו ויקומו לצחק", זיי האָבן באַשלאָסן אַז דער בעסטער מיטל איז צוזאַמצוברענגען יונג און אַלט צו אַ גרויסן הוללות באַנקעט, אַזוי ווי זיי האָבן געטאָן מקדמת דנא, די טרויעריג באַרימטע "א' שמות" אסיפות. וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט שוואוילטאָג און הוליעריי. ליצנות, הוללות, און אכילה גסה, קעלבער און רינדער, אַזוי ווי דער פסוק זאָגט )ישעי' כ"ב( הרוג בקר ושחוט צאן, אכול ושתה כי מחר נמות. אויף די א' שמות הוללות באַנקעטן, וועלכע זענען כלומר'שט געווען געווידמעט "צו ראַטעווען" די נכסי צבור, האָט מען שוין אין זיינער צייט אָנגעוויזן אויף די משנה "זבחי שלמי צבור וא-שמות". די געשאָכטענע רינדער וואָס ווערן סערווירט פאַר דעם צבור די כת המוסרים פון קרית יואל, אין א' שמות, אלו הן "א' שמות", זאָלט איר וויסן וואָס איז דער אמת מיט אל"ף שמות 'אשם גזילות, אשם מעילות' דאָס איז אַ באַנדע גזלנים, דאָס איז אַ באַנדע וואָס זענען מועלים מעלבד', זיי פעלשעווען, אשם מצורע, אשם תלוי. וכו' וכו'. אַזוי ווי מיר ווייסן פון פריער, איז דער אל"ף שמות נישט דוקא דער דאַטום פון א' שמות. דאָס איז פלעקסיבל. ס'קען זיך טוישן אַמאָל איז אין א' בא פאָרגעקומען דער אל"ף שמות באַנקעט. און יאָר נאָך אַ הפסקה פון עטליכע יאָר, איז אל"ף –

היישמות טראַנספערירט געוואָרן צו א' ויקרא. ס'זעט אויס אַז אַזאַ הוללות פאַרברענג מוז האָבן דעם נאָמען אל"ף שמות, ווייל אין פרשת שמות זענען דערמאַנט די ערשטע מוסרים אין די תורה. דתן ואבירם, וועלכע האָבן גע'מסר'ט משה רבינו צו די מצרי'שע מלוכה, און דערויף האָט משה רבינו געזאָגט, אכן נודע הדבר, שראה בישראל רשעים דלטורין, וכו', אמר מעתה שמא אינם ראויים להגאל. ס'זענען פאַראַן צווישן אידן מוסרים, מלשינים, ר"ל, האָט משה רבינו געזאָגט, מעגליך אַז צוליב די "מוסרים" זענען זיי נישט ווערט אַרויסצוגיין פון גלות.וגידוף–חירוף–יעצט איז דער הוללות און ניאוץ צוזאַמקום פאַררוקט געוואָרן אויף א' ויקרא. אל"ף שמות האָט געבלאָנדזשעט ביז פרשת ויקרא. די מוסרים האָבן אויסגעוועלט די סדרה, פיהם הכשילם, ווייל אין די פרשה שטייט נפש כי תחטא ומעלה מעל בד' וכחש בעמיתו בפקדון וגו' או עשק את עמיתו. דאָס זענען די כת המוסרים פון קרית יואל וועלכע האָבן אויפגעשטעלט אַ גאַנצע געביידע פון כחש און כזב, שקר און רמאות, מיט אַ פּראָפּאַגאַנדע אַז זיי זענען גאָר די באַ'גזל'טע די באַ'עוול'טע. יענע זענען די וואָס טוען קעגן די תורה. יענע זענען גאָר די הולכים בערכאות. אַכט יאָר נאָכאַנאַנד זיצן די ק"י באַנדע בערכאות של עכו"ם. וואו ס'איז נאָר פאַראַן אַ סאַטמאַרער קהלה, מוסד, אין וויליאַמסבורג באָראָ פּאַרק, קרית יואל, מאָנטרעאַל, לאָנדאָן, בני ברק, אומעטום האָבן זיי אָן קיין שום היתר געהויבן אַ האַק אויף די הייליגע תורה, געגאַנגען אין גוי'אישן געריכט אָן קיין טראָפּן בושה, מיט עזות און חוצפה, אויסלאַכנדיג זיך פונעם פסק פון גדולי ישראל זי"ע. כ"ק רבינו הגה"ק מרן בעל ברך משה זי"ע; דער ביד"ץ דקהל יטב לב; הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער זצלה"ה און אַ ריי בתי דינים, וועלכע האָבן גע'פסק'נט אַז זיי זענען הולכים בערכאות, זיי זענען מוסרים. און דאָ רעדט זיך נישט פון יחידים. דאָס איז אַ גאַנצער אספסוף, אַ געזעמל וואָס ווערט אָנגעפירט פון בני בליעל, וועלכע לאַכן אָפּ פון אַלעם, און וועלכע האָבן זיך געשטעלט פאַר אַ ציל אויסצורייסן אַלעס וואָס האָט אַ שייכות מיט'ן גלאָרייכן אַמאָל, אַלעס וואָס איז פאַרבונדן מיט אבותינו ורבותינו הקדושים. און די בני בליעל ריקים ופוחזים האָבן אונטערגעהעצט פילע תמימים, נאַאיווע, שוואַכע מוחות, בעלי נגיעות, און מוגי לב, איבערהויפּט די אומוויסנדע יוגנט, און זיי איינגערעדט אַ תורה חדשה, אַז ס'איז גאָר אַ מצוה צו גיין אין ערכאות. ס'איז גאָר אַ חובה צו מסר'ן אידן און זיי איינזעצן אין טורמע. דורכאויס די יאָרן טוען זיי איינגעבן אין קאָורט איינס נאָכ'ן אַנדערן, פּעק מיט קלאַגעס, און האָבן גע'מסר'ט איין איד נאָכ'ן צווייטן. נאָכמער, זיי זענען געוואָרן אַן ערי מקלט פאַר כלערליי מרימי יד בתורת משה. וואו ס'איז פאַראַן אַ מסור, אפילו וועלכער האָט אַ גענצליך פּריוואַטן קאָנפליקט מיט אַן אַנדערן, נעמען זיי אים אונטער זייער שוץ. ער ווערט אַריינגעברענגט אונטער די פליגל פון דעם רשכבהע"ג, וועלכער כשר'ט אים מיט מזוזות קלאַפּן, אָדער אַנדערע כיבודים. און ווייזט פאַר די וועלט אַז תורה חדשה מאתי תצא, ער האָט אַן אייגענע תורת לאקשן, את אשר אסרת התרתי, וואָס די תוה"ק אסר'ט טוט ער מתיר זיין. געווענליך זענען מיר זיך נישט נוהג צו רעאַגירן אויף די דברי בלע, אויף די פאַבריצירטע שקרים וואָס די כת ההולכים בערכאות פון קרית יואל פאַרשפּרייטן, זיי האָבן דאָך אויפגעבויעט אַ גאַנצע אינדוסטריע וואָס באַשאַפט און פּראָדוצירט שקרים, פעלשערייען, השכם והערב. זיי זענען געבויעט אויף שקר זיוף און ליצנות, זיי ערנערן זיך פון בלויז ליגענס, פאָפּעריי און הלבנת פנים, און לעבן בלויז פון האַס פּראָפּאַגאַנדע, פאַרשווענקען מוחות, און פאַרשפּרייטן הוילע בלאָף טעאָריעס. זייער יוגנט איז יונק פון דעם טריפה'נעם גע'אסר'טן משכילי'שן "בלאַט" וואָס פיטערט זיי מיט סם המות, און פאַרגיפטעט די מוחות, זיך צו פאַרגלייבן אין זייער מנהיג, דורך אָפּלאַכן פון דרכי אבותינו ורבותינו הקדושים, וואָס אין זייער זכות לעבן מיר, און מיט זייער כח הקדושה עקזיסטירן מיר. וואָס איז זיך דאָ צו פאַרמעסטן מיט אַזעלכע נידערטרעכטיגע פּערשוינען? ווער ס'זעטיגט זיך אָן מיט נחשים ועקרבים, ער שלינגט אַראָפּ שלענג מיט עקדעסן, וועט נישט באַגרייפן דעם אונטערשייד פון חושך ביז אור. דער איז שוין פאַרכאַפּט צווישן די לאַפּעס פון די באַנדיטן, נוכלים און רמאים, אַז זיין קאָפּ איז נישט מסוגל צו פאַרשטיין, און זיינע אויערן זענען נישט אימשטאַנד צו הערן דעם דעת תורה האמיתי, ער איז שויןנעבעך גאָר ווייט פון דרכי אבותינו הקדושים. דאָס מאָל האָט געצויגן אונזער אויפמערקזאַמקייט אַ צעטל וואָס איז געהאָנגען אויף די ווענט, און איז ווייזט אויס געדרוקט געוואָרן אין טמא'נעם בלאַט. און דאָס איז דער אויפרוף אַנטיילצונעמען באַנקעט, וואָס ויקרא הוללות–א'–שמות–אין די א' די טעמע וועט זיין זכור את אשר אשר עשה לך..., אין דעם עלה נידף ווערט ערקלערט אַז דער ציל פון דעם צוזאַמענלויף פון דעם אספסוף, איז פאָרצוזעצן דעם קאַמף אויף די נכסי צבור, און "קעגן די כת ההולכים בערכאות"... וסובא באַנקעט, וועט אויך ביי דעם זולל פּרעזענטירט ווערן אַ "הצגה" וואָס רופט זיך "מאחורי הפרגוד", פון אונטער דעם פאָרהאַנג. און ס'פאַרשטייט זיך אַליין אַז דאָס באַדייט אַז מ'וועט אַרויסגעבן "סודות פון חדר" אַזוי ווי די ליצים שרייבן בפירוש אַז ס'וועלן ענדעקט ווערן איינצלהייטן פון די לעצטע תקופה פון מרן בעל ברך משה זצלה"ה, וועלכע זענען "לוהטה בערפל", ]דאָ ווילן מיר צוגעבן במאמר המוסגר, אַז די וועלכע האָבן צוזאַמגעשטעלט דעם אַרטיקל זענען טאַקע "להוט" נאָך די מאָדערנע העברעאישע אויסדרוקן, און דערפאַר רופן זיי דעם פּלעי "הצגה", וואָס איז אַ אָפּשפּיגלונג פון זייער געדאַנקענגאַנג, וואָס איז קלאָר ביקש לעקור את הכל. זיי זוכן חלילה עוקר צו זיין יעדן כאַראַקטער שטריך פון אַמאָליגן סאַטמאַר, וואָס באַשטייט פון אהבה צו ערליכע אידן, און שנאה צו אפיקורסים, צו די מלכות המינות, און צו די טמא'נע שפּראַך. אַ "הצגה" איז אַן אָריגינעל העברעאיש וואָרט פאַר אַ "פּלעי"[ אָבער גלייכצייטיג ווייזן זיי אַרויס זייער "בורות", זייער אומוויסנקייט, מסתמא האָבן זיי פון ערגעץ אויפגעפּיקט דאָס וואָרט לוטה בערפל, וואָס באַדייט איינגעהילט אין נעפּל, אָבער מיט זייער פאַרטעמפּטקייט האָבן זיי געמיינט אַז דאָס קומט געשריבן "לוהטה" בערפל. וואָס דער באַדייט דערפון איז אַן אש לוהט אַ פייער וואָס פלאַקערט אין נעפּל. און דאָס איז טאַקע דער אמת, פיהם הכשילם, זיי ווילן אָנפיטערן זייער עולם מיט אַ פריש בינטל שקרים וכזבים, וועגן פאַרנעפּלטקייט אַרום די שטעלונג פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע איבער דעם זעלבסט געקרוינטן "וועלט פירער" פון קרית יואל. אינדערצייט וואָס יעדער האָט געזען ווי ס'האָט געברענט דאָס אש זרה פון די כת ההולכים בערכאות, ווער ס'זענען די וואָס האָבן איינגעבראָכן די מויערן פון אידישקייט, אַ זאַך וואָס קיינמאָלאיז אַזוינס נישט געטאָן געוואָרן דורך אַ קהלה, מיט אַ יד רמה, מיט מצח נחושה. זיי זענען מחרף ומגדף, לאַכן אָפּ פון אַלע איסורים, פון דעם וואָס איז מבואר אין שולחן ערוך, און אין די פוסקים, אַז אַ מסור איז פּונקט ווי אַ מין. זיי האָבן מחלל געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו, און געוויזן גלוי לכל העמים, אַז אַ זון איז בועט אין זיין אייגענעם טאַטן, אין זיין אייגענעם רבי'ן. און נישט בלויז דער בן אַליין איז מורד, שטויסט, בריקעט, קאָפּעט באַהאַלטענערהייט. נאָר ער מיט זיין גאַנצע עדה ווייזן פאַר די גאַנצע וועלט אַז זיי שטויסן אין זייער טאַטן און רבי'ן, רבן של ישראל. און זיי טוען דאָס אינאיינעם מיט'ן גרעסטן פירסום. זיי געבן אַריין קעגן אים אַ קלאַגע אין געריכט. און דאָס טוען די קינדער און אייניקלעך וועלכע ער האָט געהאָדעוועט און געשפּייזט, אַריינגעשטעלט אין די הויכע פּאָזיציעס. זיך איינגעריסן פאַר זייערטוועגן. און לעת זקנתו, ווען ס'איז געווען ממש פיקוח נפש האָבן זיי צו אים געשיקט אַ מאַרשאַל, אַ שליח פון גוי'אישן געריכט אים צו דערלאַנגען ]"סערוון"[ "קאָורט פּאַפּירן", ער זאָל מוזן אויפטרעטן בעפאָר די ערכאות. און דער גוי, אַ גבר אלים, דירעקטער שליח פון די מוסרים און הולכים בערכאות, פון דעם רשכבה"עג, און זיינע זין און טעכטער, האָט זיך געשטופּט צוצוקומען צום רבין זי"ע, און דאָס האָט

 די גאַנצע וועלט בייגעוואוינט דעם ספּעקטאַקל און מיט אינערליכע ווייטאָג באַטראַכט דאָס טרויעריג באַרימטע בילד, וואָס האָט אויפגעשוידערט יעדן נאָרמאַלן מענטש, און אויפגעדעקט די טיפקייט פון די רשעות, און קלאָר געוויזן אַז זיי זענען אימשטאַנד צו טאָן דאָס אַרגסטע, אַזעלכע אומדערהערטע ברוטאַליטעטן, אכזריות'דיגע שריט, וואָס דער מוח בלייבט שטיין, און דער מענטשליכער געפיל קען נישט באַגרייפן. און דער נביא ישעי-ה שרייט געוואַלד "בנים גידלתי ורוממתי והם פשעו בי". און דאָס וואָס די הולכים בערכאות טוען אָפּ אין די לעצטע פּאָר חדשים, ווען זיי האָבן אַרויסדערווישט אַן אומקלאָרן באַשלוס פון קאָורט, וואָס דערמיט האָבן זיי זיך געמאַכט בעלי בתים אויפ'ן בית החיים אין קרית יואל. און שיקאַנירן און סטראַשען, אַלטע, קראַנקע, חולים שיש בהם סכנה, אבלים ר"ל, און וועמען זיי קענען נאָר סטראַשען, אָפּשרעקן און דערנידערן. די הולכים ערכאות, וועלכע נוצן אויס די ערליכקייט פון די אויטענטישע און אָריגינעלע קהל יטב לב ד'סאַטמאַר אין וויליאַמסבורג, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן ביז צום קצה האחרון פון אַריינצוברענגען דעם סכסוך אין גוי'אישן געריכט. און דאָס האָבן אויסגענוצט די האַרצלאָזע רשעים, זיך צו איזדיעקעווען איבער דעם ערליכן צבור. און אָנזייען שרעק און בהלה צווישן אַלטע אידן, עלנדע צעבראָכענע אלמנות און זיי דערביטערן דאָס לעבן אויף זייער עלטער. זיי באַרויבן די מנוחה, מיט סטראַשונקעס, און איומים, וואָס אַ גוי וואָלט זיך נישט ערלויבט. ווער האָט נאָך געהערט אַזוינס בכל תפוצות ישראל אַז קהלה זאָל אַרויסרייסן אַ מצבה פון אויפ'ן קבר פון אַ נפטר, און מבזה זיין דעם נפטר אויף אַזאַ שרעקליכן אופן. אַרויסרייסן מצבות הערט מען נאָר ביי די פינסטערע שונאי ישראל, די אוקראַינער רוצחים, די פאַשיסטן אין דייטשלאַנד, וועלכע טוען דאָס באַהאַלטענערהייט דורך יונגען, כוליגאַנעס וועלכע טוען במחשך מעשיהם. קיין שום קערפּערשאַפט, קהלה, אָדער אָרגאַניזאַציע אין די ציוויליזירטע וועלט, שטעלט זיך נישט אונטער די רויבער וואָס רייסן מצבות. דאָס וואָס יעדער נאָרמאַלער גוי פאַרשטייט און שעמט זיך דערמיט, טוען זיי אָפן מיט אומבאַגרעניצטע חוצפה. די כת ההולכים בערכאות האָבן דאָס געטאָן דורך זייערע פירער, אָנגעשטעלטע, מיט אַ דירעקטן באַפעל פון די העכסטע אינסטאַנצן, אין די שטאָט ק"י אינמיטן בית החיים,האַרט נעבן דעם אָפיס פון זייער מנהיג אין די "ישיבה על קברו". פון וואו ס'זענען אַרויסגעקומען די טעראָריסטן, מטילי אימה, וועלכע האָבן גע'רודפ'ט און געשלאָגן אומצאָליגע אידן אויפ'ן מקום הקודש ביים ציון המצוינת, דאָרט איז שועלים הלכו בו. ס'איז נעבעך פון צייט צו צייט געוואָרן אַ פּלאַץ פון הוללות. דאָס איז דאָס אַרגסטע פון אַלעם. זו קשה מן הכל. דאָס וואָס זיי האָבן גענומען דעם בית מועד לכל חי, וואָס רופט אַרויס אַ ציטער ביי יעדן איד, און נוצן דאָס פאַר אַ שטעקן זיך אָפּצורעכענען מיט וועמען זיי האָבן אַ חשבון. זיי נוצן דעם מקום קדוש, דאָס וואָס אידן ציען צום חלקת מחוקק ספון, אויף אויסצופּרעסן פון מענטשן, מטיל אימה זיין, און אָנשרעקן. אויסער דעם בזיון הקודש, דעם חילול הקודש. איז פילפאַכיג שעדליכער, געמיינער, וואָס מיט זייער פרעכע אומדערהערטע אויפפירונג אין בית החיים, טוען זיי גענצליך אָפּקילן די יוגנטליכע, הויפּטזעכליך די בחורים וואָס געפינען זיך סמוך ונראה, די יונגע אומוויסנדע שלא נפתחו עיניהם, וועלכע די ראשי המוסרים נוצן מטיל אימה צו זיין, ווילדעווען, און שיקאַנירן, די וואָס קומען זיך אויסגיסן דאָס האַרץ ביי קברי אבות, אויף קברי צדיקים. און נישט בלויז די אָרטיגע בחורים, נאָר אַלע וואָס געהערן זיך אָן צו די כת הפושעים והמורדים דק"י ווערן באַאיינפלוסט דערפון, און טוען באַרעכטיגן דאָס וואָס מ'טוט ר"ל מיט'ן ביה"ח. דאָס איז אַ בכיה לדורות! דאָס אָפּמעקן פון אידישע הערצער דעם אינערליכן פחד, וואָס שטאַמט פון הלכה'דיגן יסוד, אַז קדושת בית החיים איז זייער גרויס, און חילול כבוד בית החיים איז גאָר האַרב. דאָס איז באַגרינדעט אויפ'ן אינערליכן שרעק פון יזכיר לו יום המיתה, די אמונה אין השארת הנפש, שכר ועונש וואָס איז פון די עיקרי האמונה. דאָס טוען זיי פאַרפרירן, וואָס קען שוין פון אַזאַ יוגנט ווערן, ווען זיי קוקן צו וויאַזוי זייערע וועג ווייזער קוקן אויס, אַ זאַך וואָס דער שוואַכסטער איד האָט זיך דערפאַר געפאָרכטן ווערט אַ געלעכטער אַ ליצנות ביי די כת המוסרים דקרית יואל. אדרבה, לאָמיר זען אין וועלכן בית החיים אויף דער וועלט טוט מען אַזוינס? וואו קאָנטראָלירט מען די וועלכע קומען צו קברים? וואו נוצט מען דעם בית החיים פאַר אַ קאָורט, אויף פּייניגן, סטראַשען און אָפּשרעקן. שומו שמים על זאת, דאָס איז אַ חורבן פון חינוך. אַ הירוס פון אידישקייט. אַלעס ווערט אַ שטיק ליצנות. אויב אויך דער לעצטער מיטל וואָס שרעקט אָפּ יעדן מענטש, דער סוף כל האדם ווערט אַ ליצנות, וועפּט אויס דער "והחי יתן אל לבו", וואָס דען בלייבט?*

הכי קרא שמו "מאחורי הפרגוד", נישט אומזיסט האָט מען אַריינגעגעבן פאַר די כת המוסרים פון ק"י אין מויל אַריין דעם באָמבאַסטישן נאָמען. פיהן הכשילן. זייער אייגענער פּיסק האָט זיי געשטרויכלט. חכמינו ז"ל זאָגן )בבא מציעא נ"ט( א"ר אבהו שלשה אין הפרגוד ננעל בפניהם אונאה, וגזל, ועבודת כוכבים, פאַר דריי עבירות ווערט דער הימלישער פאָרהאַנג קיינמאָל נישט פאַרמאַכט. )און רש"י זאָגט אַז דאָס מיינט צו זאָגן אַז קיין שום זאַך טוט זיי נישט פאָרשטעלן פון השי"ת, אינו ננעל, להפסיק ראייתם מפני המקום, אלא תמיד רואה אותם עד שיפרע. השי"ת זעט די עבירות שטענדיג און קיין זאַך טוט זיי נישט פאַרדעקן פון זיין קוקן אויף זיי, ביז ער רעכנט זיך אָפּ מיט זיי(אָט די דריי האַרבע עבירות באַגייען אומאויפהערליך די כת המוסרים, די מרימי יד בתורת משה, פון קרית יואל: "אונאה" — זיי סעקירן טויזנטער אידן, זענען שופך דם פאַר גדולי ישראל, רבנים, גאונים, צדיקים, ערליכע אידן. מיט די געמיינסטע ליצנות, מסירות, און אַלערליי אופנים; "גזל" — זיי באַרויבן דעם צבור, רייסן אַרויס מיט געוואַלד געלטער פון תמימות'דיגע אידן דורך זייער גיין אין קאָורט. אַכט יאָר נאָכאַנאַנד האָבן זיי פאַרברענט מיליאָנען דאָלאַר וואָס דער צבור איז געווען געצוואונגען צו געבן פאַר לאָיערס זיך צו פאַרטיידיגן פון די עלילות און מסירות און פאַלשע תביעות; "עבודה זרה" — מיט זייער זיצן אין ערכאות אומצאָליגע מאָל, זענען זיי מייקר שם אלילים, דאָס איז עבודה זרה ר"ל. מ'טוט פאַרהערליכן דעם נאָמען פון די אָפּגעטער כי לא כצורנו צורם. אויף די דריי זאַכן, על שלשה פשעי ישראל, איז אין הפרגוד ננעל. ס'איז אַ פחד נורא, אַ שרעק. ווי וואַגן זיך אידן אַנטיילצונעמען אין אַזאַ מושב לצים, צווישן אַזאַ עדת מרעים, שטיצן און מיטהאַלטן מיט די עצת רשעים, זיי זאָלן ווייטער אָנגיין מיט די דריי האַרבע עבירות וואָס שטייען שטענדיג כביכול פאַר השי"ת, אַזוי ווי רש"י זאָגט: אין הפרגוד ננעל, להפסיק ראייתם מפני המקום, אלא תמיד רואה אותם עד שיפרע. ווי נעמט זיך צו אַ איד וואָס האָט אַ טראָפּן יראת שמים, אַזאַ עזות, אַנטיילצונעמען אין אַ "הצגה מאחורי הפרגוד", און שטיצן די דריי עבירות וואָס "אין הפרגוד ננעל בפניהם".*

און דאָס ערגסטע פון אַלעם אַז די כת הולכים בערכאות אין קרית יואל וואָס האָבן אַריינגעצויגן דעם צבור אין די קאָורטס, גאַנצע אַכט יאָר, און אַרויפגעצוואונגען אויפ'ן ערליכן צבור פון וויליאַמסבורג, קעגן זייער ווילן, זיך צו פאַרטיידיגן, שעמען זיך נישט צו שרייען אַז יענע זענען גאָר די הולכים בערכאות. ס'איז פאַראַן אַ מעשה אין מדרש ויקרא פי"ג מעשה בשלטון אחד שהיה הורג הגנבים והמנאפים והמכשפים, גחין ואמר לסנקליטין שלשתן עשיתי בלילה אחד. אַ הערשער אויף אַ לאַנד, האָט גע'הרג'עט די גנבים... און אַנדערע בעלי עבירות. האָט ער זיך צוגעבויגן צום תליין, און אַריינגערוימט אין זיין אויער, די אַלע דריי עבירות האָב איך אַליין געטאָן אין איין נאַכט. אָט יענער הערשער, האָט זיך כאָטש געשעמט און דאָס בלויז געזאָגט שטילערהייט פאַר'ן הענקער. די הולכי ערכאות פון ק"י שעמען זיך נישט דערמיט און מאַכן גאָר אַ הלולא אַ חינגא פון זייער פאַרברעכן. מ'רופט צוזאַם אַן עולם מ'מאַכט אַ סעודה גדולה, מ'הוליעט מיט'ן עגל ומחולות און מ'פאָדערט זיי אויף: גיטס גאָלד פאַר'ן עגל. מ'רייסט שטיקער פון מענטשן ווייטער צוגיין אין קאָורט אָנצופירן די הרמת יד בתורת משה. ס'איז בלויז אַ מזל אַז ס'פאַלט שטיקער פון אַלע זייטן, און אויפ'ן וועג ווערן די נתינות אָפּגע'מעשר'ט. אַזוי ווי הגה"ק ר' אלחנן וואַסערמאַן האָט געזאָגט אויף די ציונים וועלכע האָבן געשנאָרט אוצרות געלט אויף אויפצובויען ארץ ישראל. היתכן, ווי איז דאָס מעגליך אַז ארץ ישראל איז נאָכנישט גענצליך אויפגעבויט, זיי האָבן דאָך שוין פאַר דעם צוועק געזאַמלט אַ הון תועפות, אוצרות געלט. דער תירוץ איז — האָט רבי אלחנן פאַרענטפערט — לאָמיר כאַפּן אַ בליק אויף די מעשה העגל, לכאורה, ווען מ'טראַכט לאָגיש, האָבן דאָך אידן פאַרמאָגט ריזיגע אוצרות גאָלד, וואָס זיי האָבן געברענגט פון מצרים פון שלשת ימי אפילה, ביזת הים. אָבער למעשה נאָכ'ן איבערגעבן דאָס גאָלד איז בלויז אַרויסגעקומען דערפון אַ קליין קעלבעלע, אַן "עגל'. וואָס איז דער באַדייט דערפון? וואו איז דאָס גאָלד פאַרשוואונדן? נאָר באַלד ווען אהרן האָט געזאָגט ברענגט גאָלד, זענען אַפירגעקומען גבאים, עסקנים, דורכצופירן די אַקציע. די עסקנים זענען געווען מיט די באַקאַנטע מענטשליכע שוועכע, האָבן זיך די גאָלדענע שטיקלעך אָנגעקלעבט צו זייערע הענט, ווען זיי האָבן דאָס אַרומגעטאַפּט, ממילא איז נאָך אַזאַ שנאָר אַקציע פאַרבליבן בלויז ווייניג גאָלד, וואָס דערפוןאיז בלויז אַרויס אַן עגל. האָט ר' אלחנן פאַרענדיגט: די ערשיינונג האָט געהאַט דערין אַ נס פאַר כלל ישראל. ווייל מה דאָך ווען ס'איז אַרויס אַזאַ קליין קעלבל ליידן מיר דערפאַר ביז'ן היינטיגן טאָג, אויב וואָלט אַרויסגעקומען אַ ריזיגער אָקס, אַ שור הבר, ווער ווייסט וואָס דאָס וואָלט אונז גורם געווען. דאָס זעלבע האָט אויסגעפירט ר' אלחנן איז מיט די שנאָר אַקציעס פון די ציונים. דאָס געלט וואָס זיי שנאָרן "קלעבט זיך אָן" צו די הענט פון די אַקטיוויסטן און נאָר אַ קליינער טייל קומט אָן צו די בוי פּראָיעקטן. דאָך אַז פון דעם ביסל –איז דאָך אַ קל וחומר. מה קיבוצים און פרייע דערפער וואָס זיי האָבן געבויעט ליידט ארץ ישראל אַזויפיל. וואָס וואָלט געווען אויב וואָלט יאָ דאָס גאַנצע געלט אָנגעקומען צום ציל, וואָלטן זיי חלילה פאַרווירקליכט זייער פּלאַן צו מאַכן ארץ ישראל אַ חילוניות'דיג פּלאַץ אויף פיל אַ גרעסערן פאַרנעם. שטעלן מיר אויף די חזקה די ליצים מוסרים, וועלכע קאָפּירן נאָך דעם שנאָר סיסטעם פון די עובדי העגל, און קייקלען זיך צו די ריכטונג פון ציונים, אַז אויך זיי ליידן פון די מענטשן שוועכע, און האָבן קלעבעדיגע הענט. איבערהויפּט אַז זיי ציילן דאָס געלט "מאחורי הפרגוד" אונטער'ן פאָרהאַנג, און דער חשבון איז "לוטה בערפל", וועט נישט צופיל פאַרבלייבן פון דעם זהב העגל, און דער עגל צוזאַם מיט'ן שיטנא די בגוויה מפזז ומשוור, דער וואָס מאַכט זיי טאַנצן און הוליען וועט בטל ווערן בקרוב, וישמעו רחוקים ויבואו, וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2009 19:14 לינק ישיר 

חכמ'יל ווי ס'שיינט ביסטו נאך א בחור




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/3/2009 19:06 לינק ישיר 

מיילעך שטערן איז א איד א מנובל, זיין קאפ איז אנגעחזרט מיט אלע מינים ניבול פה, די ערגסטע און געמיינסטע פענטעסיס באגלייטן זיינע מחשבות. ווער ס'ליינט זיינע ארטיקלען זעט אז דער איז א גראבער יונגאטש וועלכער טראכט נאר פון נשים א גאנצן טאג, ליידער איז ער אויך א גרויסע שוטה און וועגן דעם ווייסט ער נישט וויאזוי איינצוהאלטן זיין פען אז נישט יעדער איינער זאל זען ווי זיין קאפ ליגט עם.

פארשטייט זיך אז ער קען נישט ארויסשרייבן גראבע מיאוסע ווערטער איז דער עקלהאפטיגער מנובל אויפגעקומען מיט לשה"ק ווערטער פאר יעדן ווארט. דאס טוט מקדש ומטהר זיין זיינע געמיינע ווערטער.

אדרבא קוקטס איבער זיינע ארטיקלען, די איידלסטע אויסדרוקן זענען צואה, בית הכסא, קטנים, נואף, גילוי עריות, זנות, זונה, מוידן, בגדי תאוה, וכו' וכו'.

ליינטס זיינע ארטיקלען אין זאגטס מיר מיט וואס ס'איז אנדערש ווי דעם שווארצן אין גאס וואס זאגט די זעלבע ווערטער אין ענגליש. די איינציגסטע חיליק איז אז אשטאטס די עף ווארט און די עס ווארט נוצט ער די ז' ווארט און די צ' ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 18:03 לינק ישיר 

איך האב געליינט די ארטיקל אבער אנטשולדיגט קיין איין ווארט ניאוף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 11:53 לינק ישיר 

עס מאכט גארנישט אויס זייערע קללות בלעם האט אויך געשאלטן און אויף דעם זאגט דער פס' ''ויהפוך ה' אלקיך לך את הקללה לברכה'' זענען זיי דען קלענערע רשעים פון בלעם ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2009 00:20 לינק ישיר 

נאך א מזל ס'אינטערסירט נישט די זאליס די גאנצע מאוחרי הפרוגד.
ווייל ווען יא שטעלט'ס ענק פאר די קללות דעמאלס אין דער איד....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/3/2009 20:42 לינק ישיר 

וואס איז גי טעמא פין זיין געמויזאכטס ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2009 20:35 לינק ישיר 

אפשר קען איינער מזכה זיים דעם רבים און ארויפלייגן קאפי'ס פון זייער שאנד ארטיקלן?

איך וויל נאכנישט קויפן די איד וועגן די ארטיקלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 20:32 לינק ישיר 

הא שעלט מיידלעך שטערן אין דער איד.

איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזאנע טויטע קללות.

דאס מיינט אז די זאליס פלאמען אויף די מאחורי הפרגוד, ווען די טעיפס פון זייערע העצעס און בלוט טרינקען וועט נתפרסם פאר די גאנצע וועלט.

אויך האבן זיי א קללות בריוו פון ח. מ. ש. וואס לכאורה מיינט עס חיים משה שטויבער, ווי ער שעלט און שעלט אריין טויטע מיאוסע קללות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2009 18:56 לינק ישיר 


אויכט די וואך האט דער מסלף מנשה פילאפף אן ארטיקל וועגן אתרא קדישא ווי ער נעמט זיך אן פאר מייליך שטערן, קוקט אויס אז עס איז געווען א דיעל צווישען די צוויי, אז מייליך וועט נקמה נעמען אויף ארטיקל וועגן די ווייסע טישטעכער, אין פילאפף וועט זיך אן נעמען פאר מייליך'ס אתרא קדישא.

צי דיר מייליך שטערן מכאן הקריאה יוצאת, פאר עולם גולם קענסטו איינרעדן וואס די ווילסט וועגן די בתי חיים אין שפאניע, אבער מיר ווייסען די אמת אין מיר האבן די דאקומענטן ווער עס האט צוגלאזט אין איז דארט געווען פאר א יאר צריק ווען מען האט אויסגעגראבן א גאנצע בית החיים אין שפאניע, אין די שפאנישע רעגירונג שרייט היינט מה היום מיומים פארוואס פאריאר האבן ענק יא געלאזט אין היי יאר נישט? שרייב ווייטער, אבער געדענק גוט מיר האבן די דאקומענטן, וואס עס טוט "מאחורי הפרגוד" ועוד חזון למועד.




תוקן על ידי יודלע ב- 19/03/2009 18:53:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2009 18:34 לינק ישיר 

אפשר ביזטו אונז מזכה מיט זאפטיגע קעוואוטס?

תוקן על ידי מבני_בניו ב- 19/03/2009 18:29:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2009 16:53 לינק ישיר 

וואס שטייט דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מילך שטערנ'ס ארטיקל אין דער איד ! ריין ניאוף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext