ב"פ: ואלה המשפטים צופליקט אויף שטיקער
שוידערלעך!
עס איז נישט צום גלייבען!
די הייליג תורה פון פרשת ואלה המפשטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני עכו"ם האבן די זאליס צופליקט אויף שטיקער.
פארגיע וואך האבן די זאליס אין בארא פארק ובראשם דער מסור ומשלין מענדל שווימער, אריינגעגבען אין דארט א גאנצע בוך פון פעיפעס ווי זיי זענען מסביר גג על גג, פארוואס זיי טארן ח"ו נישט און דארפן נישט זיך שטעלען בשום אין אופן צו קיין דין תורה!
זיי זענען מסביר פאר די גוים אז דין תורה איז גארנשיט, און נאר די קארט און ריכטער קענען פסק'נען די קעיס, און זיי בעטן זיך ברחמים אז נאר די געריכט זאל פסק'נען די קעיס, און טראסטן נאר די גוים און ריכטערס.
עס איז ממש נישט צו גלייבען וואס די שקצים ומוסרים שרייבען און זענען מחלל שעם שם ה' באופן נורא, די גאנצע תורה הק' צופליקען זיי אויף פיץ פיצלעך.
ולמלשינים אל תהי תקוה.
ווער עס האט די פאפירען ביטע דא ארויף לייגן וירא הקהל וישפט!!!
|
|