רבינו שליט"א אין די בעקעריי צו רעכטס איז הרב ברנשטיין
נשלח ב-25/3/2009 18:21
איינער האט פרטים פונעם מעמד קידוש בית החיים?
איצט האב איך געזעהן ווי דער מסור קוטשי וואלי צוזאמען מיט שמשון פראווענען די מעמד קידוש בית החיים ביי גרינ'ס רעסטאראנט, זיי האבן נישט אויפגעהערט צו עסן איין פיצא נאכן צווייטען אלס פראטעטס צום מעמד אינעם תענית.
קוטשי האט געזאגט אז פונקט ווי עס איז א מצוה צו עסן ערב יום הקדוש איז היינט ערב ר"ח ניסן אויך א מצוה צו עסן, שמשון האט געשריגען אז די ערד פונעם נייעם בית החיים זאל זיך עפענען אין אלע אהרונים זאלן דארט אריינפאלען ווי קרח, קוטשי האט צוגעלייגט אז אויך די ריכטער דעמעראסט זאל דארט אריינפאלען...
נשלח ב-25/3/2009 18:15
רבינו שליט"א דאווענט היינט אין ישיבה באר התורה ווי ער האט געלייגט תפילין פאר 4 בחורים אריינגערעכנט עפעס א בחור פון תורה ודעת, און זאגט דארט א דרשה צום סיום הזמן
פארן דאווענען האט רבינו שליט"א אפגעשטאטעט א לענגערע סופרייז באזוך אין די וויליאמסבורגער מצה בעקעריי און איז ארום געגאנגען בערך 45 מינוט אין אלע אפטיילונגען ביים קנעט,ן וועלגערן, רעדלן, ביים אויווען, ביים פאקן, א.א.וו. אויך איז פונקט דארט געווען דער רודניקער רבי וואס איז געקומען באקען די מצות פאר בני קהלתו
רבינו שליט"א איז געווען מורא'דיג איבערראשט פונעם געוואלדיגן זהירות וזריזות פונעם סיסטעם אין די מצה בעקעריי, אויך איז דארט געווען דער מורא הוראה מובהק וממונה מטעם דעם רב שליט"א אין די בעקעריי הג"ר הערש לייב ברנשטיין שליט"א וועלכער איז דארט מידי יום ביומו עטליכע מאל אין טאג און האט פונקט אהנגעטראפן ווען דער רבי שליט"א איז אהנגעקומען
נשלח ב-25/3/2009 06:55
וואס איז מיטן גיוועזענעם פרעזידענט פון חברה קדישא ר' עזריא-ל וועט אויך מיטהאלטן דעם קידוש החמה- אער קידוש בית החיים
נשלח ב-25/3/2009 01:20
אזוי ווי דער מרא דאתרא טאר זיך נישט געפינען אין די שטאט וואס מען איז מקדש א בית החיים
וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א היינט נאכט דינסטאג זיין אין וויליאמסבורג (אזוי ווי געווינדליך )
אין מארגן א גאנצען טאג וועט ער אויך זיין אין וויליאמסבורג
שחרית וועט מרן רבינו שליט"א דאוונען אין ישיבת באר התורה
נשלח ב-22/3/2009 20:07
פערלשטיין האט געמאלדן אז מיטוואך גייט ער עסן און עסן א גאנצען טאג, אזוי וועט די בית החיים נישט קענען מקודש ווערן... און ער וועט ווייזן ווער עס איז בעל הבית...
נשלח ב-22/3/2009 06:53
וואס די האסט האסט געזעהן אינטערסירט מיך גאנץ ווייניג
שאול פערלשטיין האט קלאר געזאגט אלף חי' שרה " אלעס בלייבט ביים אלטען"