בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: "מאחורי הפרגוד 2" אפגערופן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2009 02:59 לינק ישיר 
ברעקינג: "מאחורי הפרגוד 2" אפגערופן


היינט איז פארגעקומען א טובים מיטינג אין וויליאמסבורג איבער די געפלאנטע "מאחורי הפרגוד" וואס איז געווען פארופן אויף דעם מוצש"ק, אינמיטן די מיטינג איז אריינגעקומען ר' אליעזר ווייס, וויצע פרעזידענט פון קי"טל קר"י, און איבערגעגעבן אז רבינו שליט"א האט אים געזאגט אז ער האלט נישט דערפון. לאור זה איז פראטאקאלירט געווארן אז די פרעזענטאציע וועט נישט פארקומען.

אויך איז פראקלאמירט געווארן די גרינדונג פון א נייע "ועד" וואס וועט מהיום והלאה אדורך שמועסן מיט רבינו שליט"א "פערזענדליך" יעדע ענין אין קהל, און "נאר" זיי וועלן אנפרעגן ביי רבינו שליט"א איבער אלע קהלישע ענינים (נישט אז יעדער זאל קענען זאגן אנדערש בשם דעם רבי'ן וויאזוי אים דוכט זיך...).
פרטים איבער דעם ועד ווייס איך נישט, איך מיין אז מ'האט נישט אויסגעשמועסט דארט קיין פרטים.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2009 00:05 לינק ישיר 

בני יואל וועם האט מען געפאפט ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2009 00:00 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected]






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2009 00:00 לינק ישיר 

שוין ס'האט זיך אנגעהויבן מ'פאפט שוין אויך מהר"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2009 23:44 לינק ישיר 

קושקע ס'קען זיין ביסט גערעכט ס'איז א שווערע דעבאטע.

אבער דעס פארענטפרט נישט דאס עזות וואס אליעזר ווייס פין ק"י האט געטוען צי ברענגן ליגענט פאר קהל אין נאמען פין רבי'ן.
וואס ער האט שפעטער אליינס מודה געווען אז ס'איז הויל בלאף.

תוקן על ידי סופרעמעסי ב- 23/03/2009 23:42:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2009 23:20 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו ס'אפגערופן צו נישט, איך האף אז ס'איז אפגערופן, איך האב שוין געשריבן איינמאל אז איך זעה נישט קיין שום תועלת דאס אויפצושפילן און איך בין נישט נייגעריק עס צו הערן

לאמיר אויסשמועסן אלע טענות פארוואס יא,

מ'דארף אויפדעקן זייער שלייער:
וואס אויפדעקן ווען אויפדעקן, שוין לאנג אויפגעדעקט זייער שלייער, 90% פון די זאליס לייקענען עס מיטאמאל, און זיי צוקראצן זיך נישט דערפין, ס'למותר צו זאגן אז דער זאלי איז נישט קיין זאלי מצידקות זלמן לייב, אך מרשעות *****. אויב גלייבסטו נישט זיי זשע מוחל און הער נאכמאל דעם טינוף בלומענפעלדס דרשה.

די פרעמדע גאס וועט איינזעהן און זייערע מעשי רשע:
וואס פרעמדע ווען פרעמדע, ערווארט נישט גארנישט פון די פרעמדע גאס, זערא, יעדער נארמאלער פרעמדע רב אדער קהלה שטייט 100 מייל ווייט פון די מחלוקה, קיינער זוכט זיך נישט

ס'וועט ברענגן געלט:
איך זעה נישט וויזוי, איך מיט נאך צענדליגע ווי איך זאגן פה אחד איך גיי נישט אוועק געבן א מוצ"ש פאר שבת הגדול, צו זעהן ווי די וועלטס שייגץ שטיק פון זלמן לייב ט"ב איז גוט געלונגען...סתם זיך אליינס צו מצער זיין?....

נו וויזוי זאל קהל האבן געלט:
גוטע פראגע, אזוי נישט, ענדערש זאלן זיי סתם א זונטאג נאכט האלטן א גענאראל פארזאמלונג מיט א קאמפיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: "מאחורי הפרגוד 2" אפגערופן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext