וואס איך פארשטיי נישט, טאמיר ס'איז א ביזענס וואס זיכן דארטן רבנים
אפשר גיין די רבנים אויכט די טאג פין א חתונה צי ראזנער'ס גראסרי אין בארא פארק ווייל זיי זענען די בילגסטע גראסרי
נשלח ב-26/3/2009 00:26
מרץ ווילימאני
איך האב איין קשיא פאר דיר , ביסטו שוין אמאל אריין אין משביע צי כאפען א בליק וואס דארט טיט זיך ? טאמער נישט, וואלט איך דיך געראטען צי גיין אין נאכדעם וועל מער רעדען. אנכי הקטן בין שוין דארט אדורך היבש אפאר מאל [ מיין שווער אין שוויגער וואינען אין דע געגענט ] איך קען דיר זאגען אז כ'האב נאך קיינמאל [ ליידער] נישט געזען דעס פלאץ ליידיג. מן הסתם האסטו א גוטע פרנסה מיט א געזונט ווייב אין קינדער [ דער פין אויבען זאל דיר אוודאי העלפען ווייטער] אבער אזוי ווי פריער געזאגט שטעל דיך דארט אין א זייט , געפון אויס ווער דע מענטשען זענען , אין נאכדעם שרייב אין ברענג ארטיקלעך. געדענק איין זאך , מיט אזא קליינע קריטיק קענסטו ציגרינד לייגען עלטערען אין זייער משפחה, איבער הויפט אין דע יעצטיגע צייטען ווען מענטשען האבען ליידער פארלוירען זייער האב אין גיטס.
נשלח ב-26/3/2009 00:24
יא נו, וואס האט ער מחדש געווען.
נשלח ב-25/3/2009 21:56
פלומי האסטו באמערקט זיין צווייטע תגובה ?
נשלח ב-25/3/2009 21:36
willimoni, ס'איז א גרויסע אחריות צו עפענען אן אשכול מיט אזא קעפל, ווייל עס קען זייער מעגליך זיין אז דורך דיין קעפל וועלן מענטשן אויפהערן צו געבן געלט פאר משביע.
כ'ווייס נישט פון די נעמסט די פלייצערס צו טוהן אזא זאך, די ווייסט פאר זיכער אז זיי באקומען מילאנען פון די שטאט, איך ווייס גראדע יא פאר זיכער אז זיי בקומען נישט קיין מיליאנען פון די שטאט, און יעדער דאללער וואס מען גיבט פאר משביע, העלפט מען דורכדעם הונגעריגע אידישע קינדער זאלן האבן וואס צו עסן.