נעכטן האט די שטאטישע אינספעקטארס אפגעשפארט וויינלאנד טשיקען שעכט הויז. אפאר וואכן צוריק האט אפגעברענט די G&G טשיקען שעכט הויז. קרית יואל בית השחיטה איז געווען פארשפארט די לעצטע צוויי וואכן, צוליבן איבערבויען. זאגן די סוחרים אז עס הערשט איצט א שרעקליכע מאנגעל אין פלייש. איז דא נאך כשר'ע טשיקן שעכט הייזער?
ווענט זיך פאר וועם!
צבי איך בין דיר זייער שטארק מקנא פילסט דיר בעסער ?
האטס נישט קיין מורא. הגז"ל וועט זיך נאכאמאל אנטוען דעם הארטן היטל. והכל על מקומו יבא בשלום.
יעצט געהערט אז וויינלאנד גייט שוין מארגן זיין אפען. ווייסט איינער צו g&g איז נאך צוגעשפארט?
אין ערגסטען פאל, וועט מען קויפען אפאר לעבעדיגע עופות אין מארקעט, און אריבער נעמען צום שוחט, באצאלען שכר טירחא פאר שחט'ן אפאר עופות, אליין כשר'ן און זאלצען, און עס וועט זיין ביליגער און בעסער.